קאפיטל 1
געווען איז דאס א טאג נאך סוכות, דעם 5 טן אקטאבער 1942, אין א שיינעם זוניקין פרימארגן. און כאטש אויסגעמוטשעטע פון דער 42 שעהדיקער מאטערניש אין דער צוזאמענגעקוועטשטער מענטשן-מאסע אין לאסט-וואגאן, האבן מיר דאך אויפגעציטערט פון שרעק ווען דער צוג האט זיך אפגעשטעלט און מיר האבן דערהערט מוראדיקע רופן: ” אויסשטייגן ! אויסשטייגן ! ” און בייטשן האבן אנגעהויבן פליען איבער די קעפ. אין די אויגן פון מיין פרוי האב איך דערקענט, אז אויך זי האט שוין אנגעהויבן גלויבן אין דער שרעקלעכער פליאטקע וועגן א גאזאווניע הינטער מאלקין. איך האב אויך באמערקט, אז זי האט שוין הרטה פארוואס זי האט נישט געוואלט איינגיין אויף מיין פארשלאג אויסצובאהאלטן זיך מיט די קינדערלעך אין שכנותדיקן סכראן. עס האט זיך איר בשום אופן נישט געוואלט גלויבן אין די אלע בייזוויליקע גערעדערייען. זי האט געוואלט גלויבן, אז זייענדיק צוזאמען מיט מיר, וועט איר און אונדזערע צוויי טייערע קינדערלעך קיין בייז נישט געשען. צום באדויערן, ארויסלויפנדיק אין גרויס איילעניש, כדי נישט צו קריגן איבערן קאפ, האבן מיר זיך געפונען אויף דעם לאנגן שמאלן פלאץ, פארפאקט ביז איבער די ברעגן מיט מענטשן. אלץ באקאנטע
פנימער, שכנים - נענטערע און ווייטערע. דער שטויב אומגעהויער, ער פארשטעלט די שיין פון דער זון. א ריח פון געסמאליעט פלייש שטיקט דעם אטעם. נישט ווילנדיק כאפט
זיך א בליק אויף די שטאקיקע בערג מלבושים, שוכווארג, בעטגעוואנד און סתם פעק, וואס זעען זיך פון איבער דעם פארקאן. און דא איז נישטא קיין צייט צו קלערן...
די גאנצע מאסע מענטשן ווערט געדרענגט צו א טויער, וווהין זי ווערט אריינגעשטופט. איין זאך האב איך אין דעם מאמענט נאר אין זינען, אכטונג צו געבן אין דעם כאאס מיינע נאענטע חלילה נישט צו פארלירן. עס איז מיר געלונגען צוזאמענהאלטן מיין פרוי, מיינע שיינע צוויי קינדערלעך, פאטער און מוטער. איך האב נישט געוווסט, אז דאס זיינען שוין אונדזערע לעצטע מינוטן צוזאמען, אז אריבערטרעטנדיק דעם טויער וועט מען אונדז פאנאנדעררייסן און מיר וועלן זיך שוין קיינמאל מער נישט זען... אין דעם גרויסן טומל האב איך אויך נישט באמערקט, אז די ארבעטן אויפן פעראן, ד.ה. ארויסטרייבן פון די וואגאנען, אפרייניקן זיי פון די איבערגעלאזענע געפעק, און טרייבן די אנגעקומענע מאסע צום טויער, האט אדורכגעפירט א קאלומנע יידן פון אן ערך 03 מאן, געטראגן אויף די ארעמס בלויע בענדער. דאס איז די קאלומנע ”בלוי“ מיט מאיר קאפא אין דער שפיץ. אויפן פעראן האבן זיך געפונען ס.ס.-לייט, אוקראינער, גערופן וואך-מענער פון דער
טרעבלינקע-באזאצונג, ווי אויך די זשאנדערמעריע און וואך-מענער, וואס האבן עסקארטירט דעם צוג. ווען דער לעצטער פונעם טראנספארט איז דורך דעם טויער, די וואגאנען אויסגערייניקט, איז די עסקארטע אריין אין זייער וואגאן און דער צוג איז ארויס פון לאגער. דאס אלץ האט געדויערט געציילטע מינוטן און די אלע איינצלהייטן האב איך ערשט באמערקט שפעטער, ארבעטנדיק אין טרעבלינקע.
אריבער דעם טויער האבן מיר זיך געפונען אויף א גענוג גרויסן פלאץ, פון צוויי זייטן באשטעלט מיט באראקן, א פארקאן מיט א גרויסן טויער, דורך וועלכן מיר זיינען אריינגעקומען, און אין קעגנאיבערדיקן פלויט, א קליינע פארטקע אין ווינקל. דאס איז דער אריינגאנג צו דער טויטן-אלעע, וועלכע האט געפירט צו דער באד אין לאגער צוויי. דורך אט דער אלעע האבן מיינע טייערע פרוי און קינדערלעך, פאטער, מוטער, ברידער און שוועסטער צוזאמען מיט מיליאנען יידישע מענער און פרויען שוין אינגאנצן נאקעטע, זייער לעצטן שפאציר געמאכט. פון באד זיינען זיי שוין נישט ארויסגעגאנגען. אויף טראגעס האט מען זיי צום גרויסן אויוון אוועקגעטראגן און זייערע הייליקע קערפערס אין העלישן פייער געווארפן.
ארבעטנדיק שפעטער אויף די טרעבלינקער דעכער האב איך נישט איין מאל געהאט די מעגלעכקייט זיך צוצוקוקן צום
לעצטן שפאציר פון אונדזער נאקעט, אומגליקלעך פאלק, ווי מאמעס, האלטנדיק זייערע קליינע עופעלעך אויף די הענט, די עלטערע ביי דער זייט, מיידלעך, פארשטעלנדיק זיך מיט די הענט די ברוסטן, אדער עטלעכע אין דער ברייט געארעמט, די האר שוין אויך אפגעשארן, לויפן דורך דער אלעע, כדי וואס שנעלער אדורכצוקומען דעם שפאליר פון דייטשן און אוקראינער, וועלכע לאכן אויף א מיאוסן אופן אפ פון זיי. נישט זעלטן טרעפט, אז די אזוי אומגליקלעכע קרבנות באקומען מיט דער נאגייקע אדער קאלבע פון ביקס איבערן קאפ, פאלנדיק מיט א געשריי אין א טייך בלוט. דאס זיינען געווען שרעקלעכע גיהנום-בילדער...
איצט וועל איך זיך צוריקקערן צום מאמענט ווען מיר זיינען אריין אין א. ג. ”טראנספארט-פלאץ“. ווי נאר מיר שטעלן די ערשטע עטלעכע טריט, דערהערן זיך אויסרופן פון וועלכע עס נעמט שוידערן. איך הער אויף קלערן און פילן. מיר ווייסן נאר איינס, אז דאס זיינען שוין אונדזערע לעצטע סעקונדן צוזאמען זיין. די אויסגעשרייען ווערן שטארקער און צודרינגלעכער: -“מענער באזונדער, פרויען באזונדער“. אלץ
גייט מיט אזא בליץ-שנעלקייט און ליארעם, אז מען ווערט צעמישט. איך באווייז נישט און קען אויך קיין איין ווארט נישט אויסריידן, אפילו דעם לעצטן זיי-געזונט מיינע טייערסטע און
ליבסטע, נישט צו זאגן. איך הער נאר פון מיין טייערער פרוי א זיפץ און דאס איינציקע ווארט ”שוין“. וויפל צער און פארצווייפלונג דאס איינץיקע ווארט האט אנטהאלטן אין זיך, קען קיינער נישט אפשאצן. פאר מיר איז עס א תהום א גאנצער, עס קלינגט מיר ביזן היינטיקן טאג אין די אויערן. איך וועל עס זיכער קיינמאל, ביז דער לעצטער מינוט פון מיין לעבן נישט פארגעסן.
שרייבנדיק די ווערטער לעב איך נאך אמאל איבער דעם גאנצן צער פון אונדזער צעשיידונג. די געפילן, וועלכע ברויזן אין מיר, בין איך נישט ביכולת איבערצוגעבן. עס עפענען זיך פרישע טרערן-קוואלן און די ווארעמע וואלד-ערד זאפט איין אין זיך די הייסע שטראמען, וועלכע גיסן זיך ווידער פון מיינע אויגן. דארט אבער, אויף דעם טרויעריקן טראנספארט-פלאץ, האט מען נישט איבערגעלאזט קיין צייט פאר טרערן און געפילן. איך באווייז קוים דער פרוי צו דערלאנגען דעם באזונדער איינגעבאהאלטן קאץ פאר די קינדער, ווי א ברוטאלע האנט כאפט מיר אן פאר דעם אקסל און שליידערט מיך אין דער אנדער זייט פלאץ. איך האלט מיך צוזאמען מיט מיין איידעלן פאטער. דער פלאץ איז פול פארפאקט מיט מענטשן. פון איין זייט פרויען
מיט די קליינע קינדער, קעגנאיבער מענער, וועלכע מוזן גלייך אנידערקניען. אין דער מיט באוועגן זיך מערערע ס.ס.-לייט, אוקראינער מיט געווער אין די הענט, ווי אויך א גרופע פון ארום
פערציק מאן מיט רויטע בענדער אויף די ארעמס. דאס זיינען יידן, די קאלומנע ”רויטע“. אויף טרעבלינקע-לשון האט מען זיי גערופן די ”חברה קדישא“, מיט יורעק קאפא אין דער שפיץ. א געמיינער, אויסגעלאסענער, ווארשעווער ריקשאזש, פאר וועמען דער געמיינסטער טאט איז נישט געווען צו געמיין. אט דער מנובל האט צ.ב. געקאנט פועלן ביי זיך, יידישע מיידלעך שוין אינגאנצן נאקעטע, א מינוט פארן טויט, אוועקנעמען א ביסל אין א זייט און מיטן צוזאג, אז ער וועט זיי ראטעווען, אפטאן דאס מיאוסטע און דערנאך זיי צוריק אריינשטופן אין דער ריי, וואס איז שוין געגאנגען צום באד. אנגעטאן עלעגאנט, אויף וואס אזא חברה-מאן האט אין טרעבלינקע זיך גאנץ לייכט געקענט דערלןיבן, א נאגייקע אין דער האנט, מיט וועלכער ער האט גאנץ אפט און געשמאק געארבעט איבער יידישע קעפ. אויף וויפל געמיין און פארדארבן ער איז אינגאנצן געווען, האט ער זיך מיט זיין פיסק נאך אליין איבערגעשטיגן. אין טרעבלינקע איז דער ווארשעווער אונטערוועלט-מענה-לשון נישט געווען קיין נייעס. עס זיינען געווען גרויסע קינסטלער אויף דעם געביט, יורעקן אבער האט קיינער נישט געקענט איבערשטייגן.
מיט איין ווארט - א גאנץ אנגעזעענער מיטגליד פון דער טרעבלינקער אריסטאקראטיע. בכלל האט זיך דער גרעסטער טייל ”רויטע“ רעקרוטירט פון דער ווארשעווער אונטערוועלט און קיין סך נישט הינטערשטעליק געבליבן זייער קאפא. מערער פון אלעמען אויפן פלאץ האט זיך געווארפן אין די אויגן א
דייטשישער אפיציר, א דיקער פארשוין מיט א קורץ געשוירן בערדל, אויף א שיינעם ברונעט פערד. ער באוועגט זיך שטאלץ אויף זיין פערד אין דער מיט פלאץ. אין א געוויסן מאמעוט ווענדעט ער זיך צו די קניענדיקע מענער מיט אן אויסרוף: ”פאך-לייט ארויסטרעטן !“ עס טרעטן ארויס מערערע מענער.
דער גרעסטער טייל פון זיי ווערט אבער צוריקגעשיקט אויף זייערע פריערדיקע פלעצער, נאר איינצלנע ווערן אוועקגעשטעלט אין א זייט, ווו אן ס.ס.-מאן קלייבט זיי נאך אמאל איבער און פארמירט די פארבליבענע אין דריטלעך. איך קני נעבן מיין פאטער. דער קאפ איז מיר אינגאנצן ליידיק, קיין געפיל, קיין איין געדאנק לויפט דארט נישט דורך. איך רייד אויך מיט מיין פאטער קיין איין ווארט נישט אויס...
צווישן די אויפן פלאץ זיך ארומדרייענדיקע מענער מיט רויטע בענדער באמערק איך עפעס א באקאנט געזיכט. אין ערשטן אויגנבליק קען איך מיך נישט דערמאנען ווער דאס איז, איך דערקען אים אבער. דאס איז אהרון בערלינער, א טשענסטאכאווער גמינע-ארבעטער. אויך ער האט מיך באמערקט. ער גיט מיר א צייכן, איך זאל צו אים ארויס. איך שטיי אויף, נעם מיט דעם פאטער, איך וויל אויך מיין פעקל נעמען, עס באמערקט עס א דייטש. דאס פעקל הייסט ער
איבערלאזן, אויך דעם פאטער צוריק אנידערקניען. אהרון פירט
מיך צום דייטש אויפן פערד. יענער ווארפט אויף מיר א בליק און פרעגט: ”וואס זינט זי פון בערוף ? “ ”קלעמפנער“, זאג איך. ער גיט מיר א צייכן צוצוגיין צו דער אוועקגעשטעלטער גרופע. אהרון פירט מיך דארט אוועק. איצט בין איך שוין אינגאנצן אליין, אויך פון מיין פאטער צעשיידט, אן א קוש, אן א זיי-געזונט. עס זאמלט זיך אן א גרופע פון א 60 מאן, פרויען- קיין איינע. עסקומט צו אונדז צו א מענטש פון א יאר דרייסיק, הויך און ברייטפלייציק, פעסטע מוסקולירטע פיס, א שווארצן קאפ האר, א יונג, א ריז. דאס איז קאפא ראקאווסקי. ער גיט א קאמאנדע און אין מיליטערישער ארדענונג פירט ער אונדז אפ פון פלאץ. דורכמארשירנדיק צווישן דער פארבליבענער מאסע, זוך איך מיט די אויגן אין דער פרויען-זייט, אפשר וועל איך נאך כאפן א בליק אויף מיין טייערינקער, אפשר וועל איך נאך דערזען מיינע צוויי מלאכימלעך. איך געפין זיי אבער נישט. זיי זיינען שוין אודאי אינעווייניק אין באראק. מיר ווערן אפגעפירט אויף א געוואלדיק גרויסן פלאץ פארלייגט מיט בערג געפעק. פונ דערווייטנס זעט זיך א לאנגער, הויך-אנגעשיטער וואל זאמד אויף וועלכן עס דרייט זיך הין און צוריק א וואך-מאן מיט א ביקס אויפן ארעם און פון דער אנדערער זייט וואל זעצט א רויך ווי פון א ווולקאן. דער געדאנק איז מיר אלץ פארנעפלט, איך זע און הער ווי אין חלום. קיין מענטשן אויפן פלאץ זיינען נישטא. קאפא ראקאווסקי פירט אונדז צו צו א בארג מלבושים. צעבראכענע און דערשלאגענע פאלן מיר אנידער, אנשפארנדיק זיך אינעם בארג מלבושים. ער האלט פאר אונדז א דרשה. די ווערטער שלאגן זיך לייכט אפ אין מיינע אויערן. ער רעדט וועגן געלט, מען זאל עס אוועקגעבן. דא, זאגט ער, באדארף מען נישט קיין געלט, מען קען פאר דעם גארנישט קויפן. איך זע ווי דער עולם נעמט ארויס געלט און ווארפט עס אין וואליזעס. דער געדאנק איז מיר נאך אלץ מוטנע, ער בלאנזשעט ביי די פארבליבענע אויפן טראנספארט-פלאץ. מיטאמאל ברעך איך אויס אין א היסטערישן געוויין, גראב איין דען קאפ אין דער קופע מלבושים און שלוכץ א לאנגע צייט.
אויף דעם פלאץ, ווו ס‘איז ביז איצט געווען שטיל, ווערט פלוצים א גרויסער גערודער און ליארעם. איך הויב אויף דעם קאפ, קוק זיך ארום און זע פאר זיך א מאדנע בילד: נאקעטע מענער לויפן איינער הינטערן אנדערן מיט פעק מלבושים צוגעדריקט צום ברוסט דורך א שפאליער וואך-מענער, וועלכע יאגן זיי אונטער מיט נאגייקעס ווי פערד אין גאלאפ, זיי שפרינגען קאמיש אונטער, ווען א וואך-מאן פארשטעלט וועמען מיט א שטעקן דעם וועג, אדער ווען איינער באקומט מיט דער נאגייקע איבערן הינטן.
די טראסע פירט פונעם טראנספארט-פלאץ צום גרויסן פלאץ. די קרבנות לויפן ארום איינעם פון די בערג, און נישט אפשטעלנדיק ווארפן זיי אויף אים די פעקלעך, לויפנדיק צוריק צום טראנספארט-פלאץ. דער שדים-טאנץ דויערט שוין העכער 51 מינוט. איך דערקען פון ווייטן מיינע שכנים, איך זע ווי מען פירט מיין שכן פאלאטש צום ”לאזארעט“, פון ווו עס דערהערט זיך באלד א שאס. פאלאטש, א שוואכער, איידעלער יונגערמאן איז גאנץ ווארשיינלעך אפגעשטאנען, די טרענירונג נישט אויסגעהאלטן...מיין פאטער און מענטשן פון זיין עלטער האב איך צווישן די לויפנדיקע נישט געזען. אפגעטראגן די פעק, ווערן די מענטשן, שווער סאפענדיקע, מיט אויפגעהויבענע
הענט איבערן קאפ, אדורכגעלאזט דורך דער פארטקע צו דער טויטן-אלעע. דא געפינט זיך א קליין הייזעלע, ווו עס זיצן עטלעכע ”גאלד-יידן“ און נעמען צו ביים עולם צו באהאלטן, ביז זיי וועלן צוריקקומען פון ”באד“, גאלד, ווערטזאכן, געלט און דאקומענטן. א ספעציעלער טאוול מעלדעט, אז קיין דעוויזן-באגרענעצונגען ווערן דא נישט אנגעווענדעט. דער עולם איז אדורכגעגאנגען, ווערט אויף א פאר מינוט שטיל. מיטאמאל דערהערט זיך א ווייטער דערשטיקטער מאסן-אויסגעשריי: ”א, א, א.“ דאס געשריי דויערט נישט לאנג, ווערט וואס אמאל שוואכער און שוואכער, ביז עס ווערט אינגאנצן איינגעשטילט. אינסטינקטיוו פיל איך, אז דאס איז שוין דער לעצטער שריי פון די אומגליקלעכע פארמשפטע קרבנות, און צווישן זיי מיינע טייערסטע, מיינע נאענטסטע. איך ברעך אויפסניי אויס אין א היסטערישן געוויין. דער זעלבער אויסגעשריי האט זיך יעדעס מאל געהערט ביים פארענדיקן א טראנספארט און אדורכגענומען מיט א קעלט די ביינער.