זכרונות
אסקאר סטראווטשינסקי
צען חדשים טרעבלינקע
פון 5 טן אקטאבער 1942 ביז דעם 2 טן אויגוסט 1943
_____________________________
געווידמעט דעם אנדענק פון
מיין אומפארגעסלעכער פרוי אנקע,
מיינע צוויי טייערע קינדערלעך, גוטא און אבוש,
איבערגעגעבענע עלטערן, יוסף און מלכה,
אומגעקומענע אין דער שרעקלעכער
” פאבריק ” טרעבלינקע
דעם 5 טן אקטאבער 1942 טן יאר.
חנהלע טייערסטע, שוין העכער אכצן חדשים ווי מ‘האט אונדז אויף אן אכזריותדיקן אופן צעשיידט. דורך דער גאנצער צייט, ביי די שווערסטע באדינגונגען, האב אין נישט אויפגעגעבן דעם געדאנק וועגן פאראייביקן דיין אנדענק, טייערסטע און ליבסטע, דעם אנדענק פון אונדזערע צוויי מלאכימלעך, גוטא און אבוש, ווי אויך דעם אנדענק פון מיינע איידעלע, טייערע עלטערן, יוסף און מלכה. קיין דענקמאל פון שטיין קען איך אייך נישט שטעלן. אייערע הייליקע קערפערס זיינען געווארן פארברענט אינעם טרעבלינקער אויוון צוזאמען מיט נאך טויזנטער און טויזנטער יידישע קרבנות.
א בינטל זכרונות, וואס איך האב געזען און איבערגעלעבט דורך די צען חדשים אין טרעבלינקע, דאס זאל זיין אייער דענקמאל, כאטש איך ווייס און פיל שוין ביי די ערשטע ווערטער, ווי די ווונדן, וועלכע וועלן שוין קיינמאל סייווי זיך נישט פארהיילן, ווערן פריש פונאנדערגעריסן און הויבן אן בלוטיקן ווי אין די ערשטע טעג. און זאל דאס שוין זיין דאס לעצטע בלוטיקע בלאט אין דער יידישער געשיכטע.
אסקאר