Keyboard shortcuts

Press or to navigate between chapters

Press S or / to search in the book

Press ? to show this help

Press Esc to hide this help

קאפיטל 2

 

         עס איז איינס א זייגער, ווי עס מארשירט אן איופן פלאץ א גרויסע מחנה מענטשן, אנגעפירט דורך מענער מיט ברייטע געלע בענדער אויף די ארעמס מיטן אויפשריפט ”קאפא“ און אנדערע מיט שמעלערע בענדער מיטן אויפשריפט ”פארארבעטער“. זיי טראגן, אזוי ווי די דייטשן, נאגייקעס ביי דער זייט. די מחנה, וועלכע באשטייט פון עטלעכע הונדערט מאן, קומט איצט צוריק פון מיטאג און טרעט גלייך צו צו דער ארבעט. מיר פרישע ווערן צוגעטיילט צו פארשיידענע גרופן. איך פאל ארונטער דעם פארארבעטער נוימארק, א טשענסטאכאווער ארנטלעכער יונגערמאן מיט וועלכן איך מיט מיין ברודער זיגמונט ווערן שפעטער נאענט באפריינדעט. עס ווערט שטארק טומלדיק, דער פלאץ באקומט גאר אן אנדער אויסזען. אויף דער ערד פארשפרייטע קאצן און טישטעכער זאמלען זיך באלד אן פון די פארשיידנסטע סחורות. זיי זיינען דא  אין ריזיקע מאסן און אין פארשיידנארטיקסטע סארטן, פון די טייערסטע אויסלענדישע שטאפן ביז די ביליקסטע בארכאנעס, טייערע אנציגער, וועש, מאנטלעך און צעכראסטעטע שמאטעס. די אויסגעשטעלטע  וואליזעס  שאפן גאנצע גאסן. ס‘געפינען זיך אין זיי די פארשיידנסטע גאלאנטעריע, קאםמעטישע ארטיקלען, מעדיקאמענטן, בכלל  דאכט זיך, אז ס‘איז נישטא  גאר אויף דער וועלט  קיין ארטיקל וואס זאל דא נישט זיין פארטראטן. די אויססארטירטע זאכן ווערן כסדר אפגעטראגן  אין עק פלאץ, ווו ס‘ווערן אנגעלייגט  פון זיי הויכע שטאקיקע פירעקן. אויך פארברויכס-ארטיקלען זיינען דא גוואלדיק א סך. ס‘פעלן נישט פון די פארשיידנסטע שפייזן: געטריקנטע פארפל, צוקער, זייף, ליכט, זאפלקעס, פאפיראסן, צוקערווארג. עס פעלן אויך נישט פון די טייערסטע קאנסערוון, טיי, באנקאווע און אלט פארשימלט

ברויט. אפילו צו ביסלעך קארטאפל  האבן ארעמע יידן מיטגעבראכט.

 

     א ספעציעל אנזעעוודיקן ארט פארנעמען די וואליזן ווערט-זאכן. עס זאמלען זיך אן אין זיי טייערע  גאלד-

ארטיקלען, ווי דעוויזקעס, קייטן, ארעמבענדער,טאשן און האנט-זייגערס, בריליאנטענע רינגען און סתם  גאלדערנע  רינגלעך. אמיינסטן זאמלען זיך אן קידושין-רינגלעך. אויס-

לענדישע וואליוטע -  אוצרות גאנצע, פון גאלד און פאפיר דאלארן, פונטן, און אלטע רוסישע גאלד-שטיקער. פון פויליש געלט - אפגערעדט. דאס זאמלט זיך אן אין גאנצע בערג. פון צייט צו צייט קומען ארויס עטלעכע גאלד-יידן. דאס איז די קאלומנע, וועלכע סארטירט דאס געלט און ווערט-זאכן, פארנעמען מיט זיך די אנגעפאקטע וואליזעס, אויף זייער ארט ווערן אוועקגעשטעלט ליידיקע, וועלכע ווערן באלד ווידער פול.

 

         פון  צייט  צו  צייט  קומען  אויך  די  וואך-מענער, קוקן זיך  ארום, צי  מען  זעט  נישט  קיין  דייטש  און  ליידיקן  שנעל אויס די  וואליזעס  אין  זייערע טאשן אריין. דער  פלאץ  אלס  גאנצער  מאכט  דעם  איינדרוק  פון  א רירעוודיקן  יארמארק. פאר  געשיר  און  פלעשער  איז  פאראן  א  ספעציעלער  פלאץ. אויך  דארט  פעלט  נישט  פון  די טייערסטע  ניקל  און  אלומיניום-געפעס  ביז  אן  אלטן צעבראכענעם  טאפ.

 

     איך  שטיי מיט א גרופע פון א צוואנציק מאן, מערסטנטייל באקאנטע, אנגעקומענע מיט די פריערדיקע טשענסטאכאווער טראנספארטן. איך באגעגן דא  ישראל איינשינדלער, מיינער א גוטער פריינט נאך פון לאדזש. ארבעטנדיק באוויינען מיר אונדזער ביטערן גורל. ער איז מיר ווי ווייט מעגלעך באהילפיק אין דער ארבעט, אויף וועלכער איך קען מיך ניט. מען האט אונדז אוועקגעשטעלט ביי א שטויס טשעכישע פעק צום אויססארטירן. איך עפן א פעקל, עס געפינען זיך דארט פארשיידענע וועש, שטרימפן, אנצוגן, שוכווארג, גאלאנטעריע, א.א.וו. איך ווייס נישט ווי מען נעמט זיך דערצו. איך בין נאך צעחושט פון דעם נאר וואס איבערגעלעבטן און ווייס נישט וועלכע שטיק צוצוווארפן צו זייד, האלב-זייד, וואל אדער בוימוואל. גוט וואס איך האב ישראלן אונטער דער האנט. יעדעס שטיקל, וואס איך הויב אויף, גיב איך אים איבער, דא מוז מען כסדר זיין אין באוועגונג, אפרוען אדער אנידערזעצן זיך טאר מען ניט, מען קען דערפאר מיאוס אפשניידן. נוימארק דרייט זיך הין און צוריק  אין פראנט פון זיין גרופע, פאכעט אין דער לופטן מיט דער נאגייקע, מאכט א גרויסן ליארעם, האלטנדיק אין איין שרייען: ”טעמפא, טעמפא !“ באוועגונג אן אויפהער. אז ער באמערקט א דייטש אנקומען רופט ער: ”חברים, קיווע“, אדער ”קרומער קאפ“, א. א. וו. דא האט יעדער דייטש זיין צונאמען. אמיינסטן אבער ציטערט דער עולם אויף, אז מען הערט דאס ווארט ”ליאלקע“. ווי נאר ”ליאלקע“ באווייזט זיך אויפן האריזאנט, ווי דער גאנצער פלאץ גייט כאדאראם, אלץ ווארפט, אלץ שלעפט, אלץ לויפט. ער איז דאס געשפענסט פונעם לאגער. מען ציטערט פאר דעם בליק פון זיינע בלישטשענדיקע אויגן - שליפעס. די ”ליאלקע“, אונטערשטורעמפירער פראנץ, איז פארטרעטער פון לאגער-קאמענדאנט, אן אויסגעספארטעווערטער, חויכער, פעסטער און שיינער פארשוין, א רונדער פרצוף ווי ביי א פופע

מיט גלאנציקע אויגן. ער גייט וויגנדיק זיך פון איין זייט אויף דער צווייטער -  פול צופרידנקייט און שטאלץ. בארי, א גרויסער קודלאטער הונט, שלעפט זיך פויל נאך אים. נאר וויי איז דעם אויף וועמען ”ליאלקע“ ווייזט אן און גיט א זאג: ”בארי, נעם אים ! ”. נישט איין יידישן הינטן האבן שוין זיינע ציין אויסגעפרוווט... 

 

         ”ליאלקע“ גייט קיינמאל נישט אוועק, ער זאל וועמען נישט איבערלאזן קיין לעצט-געלט. א חטא געפינט זיך שוין און אז נישט, מאכט אויך נישט אויס... אויף אריינציילן א פינפאונצוואנציקער צי גאר א פופציקער איז ער א מייסטער. ער ארבעט מיט פארגעניגן, נישט איילנדיק. ער האט זיך זיין אייגענע טעכניק אין נעמען דעם ראזמאך און אין אראפלאזן די בייטש. אפילו דער הויפטשארפירער קיווע, וועלכער איז אויך א גאוץ גוטער ”בעל-מלאכה“, קען אים אין זיין טעכניק ווייט נישט דערגרייכן. ער איז אויך, די ”ליאלקע“, נישט קיין שלעכטער באקסער, און כדי אפצועסן דעם מאלצייט מיט א גוטן אפעטיט, מוז ער פריער האבן א ”טרענירונג“ און קיין יידישע קעפ דערצו פעלן גראד נישט. ער האלט דעם ”אביעקט“ מיט איין האנט ביי די קלאפעס, דעם קאפ מוז מען האלטן גלייך, ער זאל קענען גוט צילן, און ער צילט נישט שלעכט. ווי אזא קאפ זעט אויס נאך דער טרענירונג, איז זיך לייכט פארצושטעלן. אן אנדערש מאל שפאצירט ער זיך, אט די ”ליאלקע“, ווי געוויינלעך צופרידן און גאוהדיק לענגאויס דער ראמפע, טראגט א יעגער-ביקס אויפן ארעם, בארי שלעפט זיך נאך אים. פון פארנט באמערקט ער א ייד, גראד מיינער א טשענסטאכאווער שכן, שטייער, נישט לאנגקלערנדיק צילט ער פון דער דובעלטוווקע אין יענעמס הינטן. שטייער פאלט מיט א וויי-געשריי און ”ליאלקע“ לאכנדיט דערנענטערט זיך צו אים, הייסט אים אויפשטיין, אראפלאזן די הויזן, קוקט זיך איין ווו ער האט געטראפן. דער ייד וויקלט זיך אין ווייטאק, דעם הינטן פול אנגעשיט מיט בליי, דאס בלוט רינט. ”ליאלקע“ אבער איז נישט צופרידן, ער גיט א מאך מיט דער האנט און א זאג: ”דאנערוועטער, דער בייטל איז גאנץ“, ער גייט זיך ווייטער וויגנדיק, זוכן א פרישן קרבן. איצט קומט די ריי אויפן ”קרומען קאפ“. דאס איז אונטערשארפירער מיטע, דער טרעבלינקער מלאך-המות. ער שפאצירט איבערן פלאץ גאנץ געמיטלעך, קוקט יעדן אין די אויגן און ווי נאר איינער זעט אביסל שלעכט אויס, מיד אדער שוואך, גיט ער אים א ווונק: ”קום מיט“  און אז עס קומט אים אונטער דער האנט אן אפגעשטעמפלטער נאך א ”ליאלקישן“ טרענירונג אדער סתם פון א דייטשער בייטש, דערפרייט ער זיך גאנץ שטארק און ”קום מיט“. אזוי פירט ער כסדר פארטיעס צום לאזארעט און קאפא קורלאנד האט וואס צו טאן.

 

         אין א ווינקל פונעם פלאץ, שוין ביים סאמע פארקאן, ארומגענומען מיט א צוים שטעכל-דראט, אדורכגעפלאכטן מיט גרינס, געפינט זיך דער טרויעריק בארימטער ”לאזארעט“. דא ווערן אין דער ערשטער ריי ”דערליידיקט“ די אלע פון טראנספארט, וועלכע קענען נישט אן פרעמדער הילף גיין צום

 

 

 

 

 

”באד“, ווי אלטע, קראנקע, קאליקעס, קינדער אן אויפזיכט, ווי אויך די ”פארשולדיקטע“ יידן פון לאגער. די קרבנות ווערן צוערשט אריינגעפירט אין א קליינעם פלאץ, אויסגעזעצט אויף א לאנגער, מיט פליוש פון א קאלדרע באשלאגענער באנק. קאפא קורלאנד רעדט, טרייסט, ער האט דערויף א ספעציעלע דערלויבעניש אונ העלפט זיי זיך אויסטאן. נאקעטע ווערן זיי אדורכגעלאזט דורך א קליין טירל אין דער צווייטער אפטיילונג, כלומרשט צום אונטערזוכן. דא ווארט שוין א דייטש מיט א מאשין-פיסטאל און מיט איין סעריע לייגט ער אלעמען אוועק. די געטראפענע קרבנות פאלן אינעם גרוב מיט פייער, וועלכע פארנעמט ניין צענטל פון געגעבענעם שטח. קורלאנדס צוויי משרתים פארזען אין באטאקעס און ענלעכע מכשירים, באמיען זיך די סטערטעס קערפערס אזוי איינצולייגן, זיי זאלן זיך שנעל און פולשטענדיק פארברענען, כדי צו באקומען פלאץ פאר די כסדר צושטראמענדיקע פרישע פארטיעס.

 

         קורלאנד איז א נידעריק, דאר מענטשל, שוין אודאי אריבער פופציק, מיט א פאר ברילן אויף דער שפיציקער נאז, טראגט א ברייטן באנד מיט א רויטן קרייץ און אויפשריפט ”קאפא“ אויפן ארעם. ער מאכט אויף מיר ביי דער ערשטער באגעגעניש א זייער שלעכטן איינדרוק. איך קען נישט פארשטיין, ווי א מענטש מיט הארץ און אביסל געפיל קען פארנעמען א פאסטן אין אזא גיהנום. שפעטער, ווען מיר זיינען נענטער באקאנט געווארן, האט זיך ארויסגעוויזן, אז ער איז גאר

 

 

א גענוג אינטעליגענטער מענטש, א ווארשעווער באמיטלטער געהילץ-סוחר. אויף מיין פראגע: וואס האט אייך באווויגן צו פארנעמען אזא מיאוסן פאסטן ? ענטפערט ער מיר: כדי צו לינדערן די פיין פון די אומגליקלעכע ”פאציענטן“. ער דערלאזט נישט די וואך-מענער זיי פייניקן, ער רעדט מיט די אומגליקלעכע און טרייסט זיי...

 

         די דייטשן באהאנדלען אים זעלטן גוט. זיי ברענגען אים צו עסן, טרינקען, רויכערן. ער באקומט אויך פון זיי צייטונגען, מיט וואס מיר האבן זיך געמוזט שטארק אויסהיטן. אין פרייערע צייטן, דער ”הויך-סעזאן“ איז שוין געהאט אדורך, זיצנדיק אליין אין זיין ”רעזעדענץ“, האט ער זיך גענומען שרייבן. אין די אוונטן פלעגט ער פאר אונדז, א קליינער גרופע, פארלייענען זיינע ארבעטן. עס זיינען דארט געווען געדיכטן, סצענישע שטיק, בילדלעך, אלץ אויפן ”לאזארעט“ הינטערגרונט. קיין גרויסן ליטערארישן ווערט האבן זיינע ”גראמען“ נישט געהאט, דערפאר אבער מאטעריאל האט אים נישט געפעלט, ער האט זיך דארט אין דעם ”לאזארעט“ ”אנגעזען א וועלט“... אין די לעצטע צייטן האט ער אויך אקטיוו מיטגעארבעט אין ארגאניזירן דעם אויפשטאנד אין טרעבלינקע.

 

         נישט ווייט פון ”לאזארעט“ האט געברענט נאך אן אנדער פייער. דא האט מען שוין נישט געברענט קיין מענטשן, נאר זייערע דאקומענטן, פאטאגראפיעס, אראפגענומענע ביי פארשיידענע געלעגנהייטן אין זייער לעבן. אנקוקנדיק די בערג אויפנאמעס, און געווען זיינען זיי אן א גוזמא - אין די

 

 

 

מיליאנען, האט מען שוין גענוג בולט געפילט און באנומען די גרויס און ברוטאלקייט פון דעם אקט, וואס ווערט איצט אדורכגעפירט. די אלע מענטשן קוקן אראפ פון די בילדער ווי לעבעדיק... זיי האבן אויך ערשט נישט לאנג צוריק געלעבט און געשטרעבט. מיטאמאל זיינען די אלע לעבנס פארוואנדלט געווארן אין אביסל אש... שווער געווען זיך צוגעוווינען צו דעם געדאנק... די דייטשן האבן ספעציעל אכט געלייגט דערויף, אז די אלע דאקומענטן און פאטאגראפיעס זאלן זארגפעליק פארברענט ווערן, אז אויך וועלכע פון זיי זאלן חלילה נישט בלייבן אלס עדות פון זייער גרויסער שולד.

 

         אויפן פלאץ איז אלץ באוועגונג: מיר, ביי דער ארבעט און דארט ביי דעם בארג, וואס האלט אין איין וואקסן, לויפן אן אויפהער נאקעטע מענער מיט די פעק. קוים איז איין גרופע אראפ פון פלאץ, ווי עס קומען אן פרישע וואגאנעס, און עס לויפן פרישע מענער און אזוי אן אן אויפהער - ביז אין אוונט. עס איז זעקס אזייגער, ווי עס דערהערט זיך א פייפן. אלץ ווארפט די ארבעט, גייט צום פעראן און שטעלט זיך איין אין פינפטלעך לענג אויס דער ראמפע. די קאפאס ציילן זייערע מענטשן, גיבן איבער דעם באשטאנד דעם לאגער-עלטסטן אינזש. גאלעווסקי, א מאן פון א יאר פערציק, א שיינער הויכער וווקס אין א ברוינעם ספארט-קאסטיום. עפעס שטימט נישט, מען ציילט נאכאמאל און נאכאמאל. ענדלעך קומט די קאמאנדא ”אכטונג“ און אינזש. גאלעווסקי גיט אפ ראפארט דעם הויפטשארפירער ”קיווע“, א הויכער, שלאנקער דייטש, א שטרענג געזיכט אויף וועלכן עס זעט זיך קיינמאל קיין שמייכל נישט, א גרויסער סלוזשביסט, ענערגיש און באוועגלעך. אינעם פרט שלאגן און פייניקן איז ער נישט אפגעשטאנען פון דער ”ליאלקע“, א סאדיסט אן א פונק פון רחמנות. דורך די 10 חדשים אין טרעבלינקע האב איך מיך גענוג און גענוג אנגעזען זיינע בלוטיקע מעשים און אלץ אין נאמען פון דיסציפלין און ארדענונג. אפגענומען דעם ראפארט, מארשירן מיר אפ צו דער קיך, ווו מיר באקומען קאווע. ברויט ליגט אין גאנצע שטויסן. יעדערער נעמט וויפל ער וויל. אפגעגעסן, ווערן מיר צוריקגעפירט באוואכט דורן וואכמענער אויפן טראנספארט-פלאץ און אריינגעלאזן אין א ליידיקן באראק. מיר זיינען עטלעכע הונדערט מאן. דער באראק ווערט פארפראפט ביז איבער די ברעגן. חברים צינדן אן ליכט, וואס זיי האבן מיטגעבראכט פון פלאץ און פרווון זיך איינלייגן צום שלאפן. מיר ליגן אויף דער זאמדיקער ערד, פשוט איינער אויף דעם אנדערן, נישטא קיין מעגלעכקייט זיך אויסצודרייען. די טירן זיינען אפן, ארויסגיין אבער טאר מען נישט. אין דרויסן דרייען זיך וואכמענער און אויפן קעגנאיבערדיקן דאך זיצט א וואכמאן ביי אן אויפגעשטעלטן מאשינגעווער. עס איז נאך טונקל ווען מיר שטייען אויף. אויפן הויף איז פאראן א ברונעם, אבער נאר א גאנץ קליינער טייל קען צוקומען, זיך אביסל ארומוואשן. ביי דער קיך באקומען מיר אויך איצט ברויט און קאווע, מארשירן אפ צו דער ראמפע, ווו מיר ווערן ווידעראמאל געציילט. עס ווערן אויסגעטיילט קאלומנעס צו פארשיידענע ארבעטן. עס עפנט זיך דער טויער אויף דער ליניע און עס ווערן אריינגעשטופט די ערשטע וואגאנעס ”טראנספארט-סחורה“. צו די קליינע, מיט שטאל-דראט פארצויגענע פענצטערלעך שטויסן זיך צו עטלעכע פנימער. זיי קוקן צו אונדז מיט נייגיר

 

 

 

 

און שרעק. מיר טרעטן שנעל אפ. עס בלייבן נאר ”בלויע“ און די דייטשן. אויף דער גאנצער לענג פון דער ראמפע ליגן שוין אויסגעלייגט בעזימער... ס‘דויערט נישט לאנג, ווי דער שדים-טאנץ הויבט זיך ווידער אן און אזוי אן אויפהער ביז אוונט. עס קומען אן טראנספארטן פון פארשיידענע שטעש און שטעטלעך פון גענעראל-גאווערנעמענט, ווי אויך פון דייטשלאנד און טשעכיע. זיי, די אויסלענדישע יידן, ווערן טראנספארטירט נישט אזוי ווי די פוילישע, אין משא-וואגאנעס, נאר אין וואגאנעס פאר מענטשן מיט נומערירטע פלעצער און ספעציעלע וואגאנעס פאר באגאזש, אין היפוך צו די פוילישע יידן, האבן די אויסלענדישע קיין שום אנונג נישט, וואס דאס איז אזוינס טרעבלינקע. עס קומען אן און ווערן ”דערליידיקט“ דורכשניטלעך דריי טראנספארטן, צו זעקס טויזנט מאן טעגלעך. יעדער טראנספארט בלייבט שטיין אויף דער סטאציע טרעבלינקע, א דריי קילאמעטער פון לאגער, ווערט געטיילט אין דריי חלקים און צו איין דריטל אריינגעפירט אין לאגער.

 

         פארהאלטן האבן זיך די טראנספארט-מאסן, חוץ קליינע אויסנאמען, רואיק און רעזיגנירט, קיין שפור פון בונט. געגאנגען שטיל, ווי די שעפסן צו דער שחיטה. דערפירט צו דעם צושטאנד האט ווארשיינלעך דער לאנגיאריקער טעראר און גרויסע איבערמאכט, ווי אויך דאס, וואס ביז דער לעצטער מינוט האט זיך קיינעם נישט געוואלט גלויבן, אז מען פירט אים צום טויט. ביזן לעצטן מאמענט האט נאך אין יעדן הארץ

 

 

 

 

געטליעט א פונק פון האפענונג. געציילטע פאלן האבן דאך געטראפן, ווי איינצלנע פערזאנען האבן זיך געווארפן אויף דער ”באדינונג“. אזוי האט א פרוי מיט א מעסער אין האנט זיך געווארפן אויף א פארארבעטער פון די ”רויטע“, אים שווער פארווונדעט און אין א קורצער צייט שפעטער איז ער געשטארבן. אן אנדערשמאל האט א יונגערמאן דערלאנגט א דייטש מיט א פלאש איבערן קאפ.  דער דייטש איז געווען א צייט אין שפיטאל, און צוריק געקומען אויסגעהיילט און ווייטער געארבעט ”די מלאכה“... ווידעראמאל האט איינער געווארפן א גראנאט, איין וואכמאן אויפן ארט דערהרגעט און נאך אסך פון די ”רויטע“ פארווונדעט, עטלעכע גאנץ שווער.

 

         אן אויסנאם זיינען אויך געווען די ביאליסטאקער און גראדנער טראנספארטן. זיי האבן זיך פארהאלטן אראגאנט און קריגעריש. איין מאל האט אפילו געהאלטן דערביי, זיי זאלן דעם גאנזן לאגער אויפרייסן און נאר אדאנק דער פארעטערישער האלטונג פון די ”רויטע“ איז דערצו נישט דערגאנגען.

 

         געווען איז דאס ענדע דעצעמבער. געוויינלעך זיינען די טראנספארטן דערליידיקט געווארן נאר בייטאג. דאסמאל אבער האבן זיך די דייטשן דערלויבט אויף אריינפירן איין טראנספארט-טייל אין אוונט. די ארבעטער פארמאכט אין די באראקן. אויפן פעראן זיינען נאר אנוועזנד די ”בלויע“ און אויפן טראנספארט-פלאץ, די ”רויטע“. געווען איז דאס א

 

 

 

 

ביאליסטאקער טראנספארט, מענער און פרויען ווי די ריזן. ”זאגט אונדז דעם אמת“, בעטן זיי זיך ביי די ”בלויע“, און שפעטער שוין אויפן פלאץ, ביי די ”רויטע“: ”איר זייט דאך אויך יידן ווי מיר, צי איז דאס טרעבלינקע? און צי גייען מיר דא צום טויט? מיר זיינען צוגעגרייט, מיר וועלן זיך און אייך באפרייען“. אנשטאט דעם אמת זאגן און צוגעבן מוט צום ארויסטריט, האט מען זיי אנגעהויבן איינריידן, אז דאס איז נאר אן איבערגאנגס-לאגער און אויף מארגן וועלן זיי פאנאנדערגעשיקט ווערן אין אנדערע לאגערן אויף ארבעט. מיט גרויס מי איז זיי געלונגען צו באוועגן זיך אויסצוטאן. ערשט ווען דער גאנצער עולם איז שוין אדורך די פארטקע צום לאגער 2, אויפן פלאץ זיינען נאך געבליבן אן ערך 40 מאן, האבן זיי עפעס דערפילט, אז מ‘האט זיי אפגענארט, ס‘איז אבער שוין געווען צו שפעט. נאקעטע, מיט די בלויזע הענט האבן זיי זיך געווארפן אויף די דייטשן, אוקראינער, ”רויטע“. ס‘האט זיך אנגעהויבן א געוואלדיקער טומל און שיסעריי. ענדלעך האט מען זיי אריינגעשטופט אין לאגער 2 און עס איז שטיל געווארן...

 

         פון דעמאלט אן האט מען שוין אין אוונט קיין טראנספארטן אין לאגער נישט אריינגעפירט.

 

         ארום מיטאג-צייט ווערט א ליארעם אויפן פלאץ - ”אלץ צו די וואגאנעס“, שרייען די קאפאס. קיינער וויל נישט גיין.

 

 

 

 

חברה באהאלט זיך אויס אין די באראקן צווישן די ”לומפן“ און ווו איינער קען. עס העלפט אבער נישט, די קאפאס און פארארבעטער יאגן מיט די נאגייקעס. עס לויפן שוין די ערשטע,  צו פיר מאן, און שלעפן אין קאצן, ליילעכער, טישטעכער, די  הרוגים. זיי לויפן דורכן פלאץ צום ”לאזארעט“. עס לויפט מיר א קעלט דורך די ביינער זעענדיק דאס בילד. איך פרווו מיך אויסצובאהאלטן, מען געפינט מיך און איך מוז אויך לויפן צו די וואגאנעס. איך קום ארויף אויף דער ראמפע -  שרעקלעך: די הרוגים ליגן אויסגעשמירט אין שמוץ און אין צועה. עס עקלט צוצוגיין. דאס איז א ווייטער טראנספארט. 48 שעה געווען צוזאמענגעקוועטשט אין די משא-וואגאנעס, אן וואסער, אן לופט, איז דער גרעסטער טייל שוין אנגעקומען טויט. די דייטשן און קאפאס שרייען און לייגן איבער די קעפ מיט די בייטשן: ”שנעלער, שנעלער“. איך כאפ אן אן עק פון א קאץ, ווו עס ליגט שוין א בר-מינן און לויף צום ”לאזארעט“. דא אויפן פייער, אין גרויסן גרוב, ווארפן מיר די טויטע. די גרוב איז שוין פול, עס ליגן אנגעווארפן גאנצע סטערטעס, מענער אויף פרויען, פרויען אויף קינדער - אן אמת גיהנום-בילד. דער קאפא און זיינע משרתים פארען זיך און קאמאנדעווען: ”דא ווארף, דארט ווארף“. באמיען זיך דאס פייער בעסער צו צעברענען, וואס ווערט כסדר דערשטיקט דורך די פריש אנגעווארפענע קערפערס.

 

         די ארבעט אויפן פלאץ ווירקט אויף מיר זייער שלעכט.

 

 

 

 

דאס סארטירן די ”לומפן“ איז מיר פרעמד און דאס טראגן די טויטע נעמט מיך אדורך מיט א שרעק און עקל. געווען זיינען אין טרעבלינקע צו יענער צייט טעטיק עטלעכע ווארשטאטן, ווי שניידער, שוסטער, טישלער, שלאסער און שמידן. די בעלי-מלאכות אין די ווערקשטעלן זיינען מערסטנטייל באשטאנען פון געכאפטע אין דער נאענטסטער אומגעגנט פון טרעבלינקע, ווי: קאסאווע, סטאק, ווענגראוו און אנדערע ערטער. אראפגעקומען זיינען זיי נאך א שטיק צייט פארן טראנספארט-אנפאנג. אנטייל גענומען אין בויען די ”באד“ און געבילדעט א ספעציעל פריווילעגירטע קאסטע, א.ג. ”האף-יודן“, געצייכנט מיט א געלן דרייעק אויף דער רעכטער נאגאוויצע. זיי באוווינען א באראק מיט פריטשן און עלעקטרישע באלייכטונג, ווערן בעסער פראוויאנטירט און באקומען אויך יעדע וואך וועש פון דער יידישער וועשעריי. מישן זיך ווייניק מיט די פלאץ-ארבעטער, קוקן אויף זיי פון אויבן אראפ, ווי טרעבלינקע וואלט געווען זייערס.

 

         קיין בלעכער-ווערקשטעל איז נישטא. איך ווענד מיך דאן צום אינזש. געלעווסקי, צי עס וואלט נישט מעגלעך געווען מיך צו באשעפטיקן ביי מיין פאך. ער טראכט נאך און שלאגט מיר פאר, אזוי ווי עס רעגנט אריין אין אלע באראקן, וואלט ער נישט געהאט דאקעגן איך זאל אדורכפירן די דעכער-רעפאראטור און זאגט מיר צו צו ריידן דערוועגן מיטן הויפטשארפירער. אויף מארגן, ביים פארטיילן די פארשיידענע קאלומנעס צו זייערע

 

 

 

 

ארבעטן, בין איך שוין אויפן פלאץ נישט געגאנגען, נאר אפגעשיקט געווארן אין דער שלאסעריי, זיך איינשאפן די נויטיקע געצייג און מאטעריאלן צו דער ארבעט. קיין מכשירים פעלן נישט. דאס איז דא גענוג און איבעריק, מאטעריאל אבער אויף קיין רפואה. וואס טוט מען? ווי אזוי נעמט מען זיך צו דער ארבעט, אז ס‘איז קיין נאגל נישטא? צוריק אויפן פלאץ ארבעטן ווילט זיך נישט, די ארבעטער אין די ווארשטאטן, זע איך, לעבן זיך פארהעלטנישמעסיק רואיק, האבן נישט קיין מורא פאר דער נאגייקע, זעלטן ווען עס קומט אהער א דייטש, און די באציאונג זייערע איז גאר אן אנדערע, ווי צו די מענטשן אויפן פלאץ. עס איז דא שטיל. מען שרייט נישט, מען יאגט נישט, ס‘קומט אריין א דייטש, באשטעלט וואס ער דארף, און גייט זיך זיין וועג. אין דער שלאסעריי האבן דעמאלט געארבעט פיר מאן: אפרים באדניק מיט זיין ברודער לייבוש פון נאווי-דוואר און יצחק-דוד מיט יוסלען פון סטאקי. אויפגענומען בין איך פון זיי געווארן נישט גענוג פריינטלעך, האבן מיך נישט צוגעלאזט ארויסהעלפן ביי די בלעכער-ארבעטן, וועלכע זיי האבן נישט ראיעל אויסגעפירט, מורא האבנדיק ווארשיינלעך פאר קאנקורענץ. איך נעם מיך צו דער דאך-ארבעט. קיין מאטעריאל, ווי שוין געזאגט, האב איך נישט, די ארבעט אויפגעבן וויל איך אויך נישט, איך האב קיין אנדער אויסוועג, ווי ארויסרייסן נעגל פון איין שטיק דאך און אריינקלאפן אויף א צווייטן ארט, אבי עפעס טאן. אזוי פארגייען עטלעכע טעג. אין דער שלאסעריי קומען דערווייל אן פארשיידענע בלעכער-ארבעטן און

 

 

 

 

אמשווערסטן איז שוין פאר זיי דאס לייטן, איז ווילנדיק-נישט- ווילנדיק גיבן זיי מיר דאס איבער. אין טרעבלינקע גייט א גרויסע בוי-באוועגונג. מיט יעדן טאג קומט אן מער ארבעט. אין א קורצער צייט באקום איך א ספעציעלן רוים אויף איינצוארדענען א ”קלעמפנעריי“. איך ווער אויך אריינגעצויגן צו די ”הויף-יודן“ וואס האט זיך אין טרעבלינקע גערעכנט פאר א גרויסע דערגרייכונג. איך האב שוין אויך איצט די מעגלעכקייט צו זוכן געהילפן. אין דרויסן גייען דערווייל טראנספארטן אן איבעררייס. עס קומט אן : ראדאמסק, פיעטריקאוו, אפאטאוו, עס קומט אויך אן נאך א טראנספארט פון טשענסטאכאוו. דער טראנספארט איז שוין באשטאנען פון די ארויסגעצויגענע פון די סכראנעס, וואס האבן זיך אנפארטרויט דער יידישער פאליציי און זי האט זיי פארראטן. א טייל פון די מכלומרשט ”געראטעוועטע“, ווי צ.ב. מיין הויז ווירט מיסקא מיט דער פרוי, וועלכע האבן געהאט א פאפיר פון דעגענהארטן, דעם שעף פון דער טשענסטאכאווער געסטאפא, אז די פאמיליע מיסקא אונטערליגט נישט דער ”אויסזידלונג“. עס קומט אויך אן וויינריב, דער גאנצער אויפזעער ביי דער געסטאפא און ס.ס., דער  גרעסערער טייל יידישע פאליציי מיט די פרויען און קינדער און אויך אלע פון דעם סכראן, אין וועלכן מיין פרוי האט נישט געוואלט אריין. זילבערבערג, וועלכער איז אנגעקומען צוזאמען מיט די איבעריקע דרייסיק מאן פון סכראן, איז געווארן ארויסגענומען צו דער ארבעט. איך בין נייגעריק צו וויסן וויאזוי מען האט אנדעקט דעם סכראן, ער איז דאך געווען גוט

 

 

 

 

מאסקירט, און ער דערציילט מיר: ”ווי דו ווייסט, זיינען מיר געווען אין פארשטענדיקונג מיט שמואל מיסקא, א פאליציאנט און א גאנצער מאכער ביי דער געסטאפא. פאר 30 טויזנט

זלאטעס האט ער זיי נאך דער אקציע געזאלט ארויסנעמען און לעגאליזירן. נאך עטלעכע טעג קומט ער צו און האקט אויף די פארטויערטע וואנט און רופט: ”חברים, קומט ארויס, איר זענט געראטעוועט“. אזוי ווי זיי זיינען נאר ארויס, ווערן זיי ארומגערינגלט דורך זשאנדארמעריע און יידישע פאליציי און צוזאמען מיט אנדערע יידישע גרופעס אפגעפירט צו די וואגאנעס“. זיין פריינט ראדזעיעווסקי, וויסנדיק גענוי, וווהין מען פירט אים, האט אויפגעריסן דאס פענצטערל אין וואגאן, ארויסגעווארפן זיין קינד און דערנאך אליין ארויסגעשפרונגען. ער האט מיר אויך דערציילט, אז מיסקא, באמערקנדיק אז איך מיט מיין פאמיליע זיינען צווישן עולם נישטא, איז אריין צו מיר אין וווינונג, געזוכט אין קעלער, גלויבנדיק אז מיר האבן זיך באהאלטן. זילבערבערג איז געווארן פארארבעטער, ער האט אבער לאנג נישט געצויגן, ער איז קראנק געווארן און געענדיקט אין ”לאזארעט“.

 

         ס‘איז זונטיק דעם 10-טן אקטאבער. די ארבעט אין טרעבלינקע גייט נארמאל. מען קען זיך אויף קיין רו-טאג נישט דערלויבן. טראנספארטן גייען כסדר אן אויפהער. פארנאכט קומט ווידער א טראנספארט פון ראדאמסק. איך בין אין ווערקשטעל און וויל גארנישט וויסן וואס אין דרויסן קומט פאר.

 

 

 

 

מען פייפט אויף פייעראבענד, ווי ישראל איינשינדלער קומט צולויפן אין ווערקשטעל, שטארק צעקאכט, דערשראקן. פרעג איך וואס איז געשען? ”זיגמונט איז דא“, ענטפערט ער. עס ווילט זיך מיר נישט גלויבן. מיין ברודער זיגמונט? דער אויפטוער, וואס פלעגט שטענדיק קענען מיט דער באן פארן, פארמאגט גענוג געלט און ווי משפחה מיטן פרעזעס, אז אויך ער וועט קומען קיין טרעבלינקע. דערויף האב איך מיר נישט געריכט. איך לויף מיט ישראלן. קומען צו אויפן פלאץ פאר דער קיך און דא דערזע איך אים, מיין טייערן ברודער, ווי ער זעט אויס, דאס געזיכט לאנג אויסגעצויגן, די אויגן רויט, פארוויינט, אינגאנצן דערשלאגן, צעבראכן. מיר פאלן איינער אויפן אנדערן און וויינען, וויינען. איך ברענג אים אין ווערקשטוב און ער דערציילט זיין טרויעריקע געשיכטע, ווי ער, עטלעכע פאמיליע-מיטגלידער און גוטע פריינד האבן נאכדעם, ווי ער האט דעם בריוו דערהאלטן, וואס איך האב אים געשיקט אין דער צייט פון דער אקציע אין טשענסטעכאוו, געבויט א ריזן-סכראן און ער איז ”פארשאטן“ געווארן, נאך איידער ער איז פארטיק געווארן. אויף גוטשטאדטן, דעם פרעזעס, האבן זיי מורא געהאט זיך צו פארלאזן, דעריבער האבן זיי זיך באמיט און פאר גרויסע געלטער אויך ארויסגעטראגן פאר די פרויען און קינדער דערלויבענישן צו קענען מיט די באנען און פארן קיין באכניע, ווו די אקציע איז שוין געווען אדורכגעפירט, און פאר געלט, געהאפט, זיך קענען לעגאליזירן. אויפן וועג האט מען זיי איבערגעשראקן, זיינען זיי אראפ אין עפעס א קליין שטעטל פון

 

 

 

 

וואנען זיי האבן אויף מארגן געזאלט נעמען אן אנדער ריכטונג. ביי נאכט איז דאס שטעטל געווארן ארומגעשטעלט און פארטאג זיינען אלע יידן, מיט זיי אין דער מיט, אפגעפירט געווארן קיין ראדאמסק, גלייך אין די וואגאנעס אריין. די פרוי מיטן טעכטערל, זיין שוואגער דניאל אייכנער מיטן ברודער און זייערע  פרויען זיינען געגאנגען אין ”באד“ אריין. ער, הערשל קאטשקעוויטש, יאקוב גארצארסקי און כאסקל זיינען, א דאנק

דעם, וואס זיי האבן געטראגן בלעכלעך, אלס אלטווארג-זאמלער, געבליבן ביי דער ארבעט. אין צוויי טעג

שפעטער זיינען אויך אנגעקומען זיין שווער און שוויגער, וועלכע האבן זיך ביז דעמאלט אויסבאהאלטן אין סכראן.