קאפיטל 3
אויף מארגן איז זיגמונט געגאנגען ארבעטן אויפן פלאץ. איך האב געציטערט, ס‘זאל אים נאר עפעס שלעכטס נישט געשען. פונעם פלאץ האט מען כסדר גענומען מענטשן צו דער ארבעט אין ”טויטן-לאגער“, אממערסטן האב איך דערפאר מורא געהאט, דאס איז געווען גלייך ווי טויט. מיטן לאגער 2 האבן מיר קיין שום באציונגען נישט געקענט האלטן און די ארבעטער האבן דארט נישט לאנג געצויגן. איך האב געוואלט ער זאל גיין ארבעטן צו מיר אין ווערקשטעל. ער דאקעגן, גלייך פון ערשטן טאג אן האט ער נאר געקלערט וועגן אנטלויפן. מעגלעכקייטן דערצו זיינען צו יענער צייט געווען פארשיידענע: עס האבן זיך געבילדעט קליינע גרופעס ביי דער ארבעט און ביים איינלייגן די שוין אויססארטירטע מלבושים, אויסגעארבעט
נארעס. פארנאכט זיינען זיי דארט אריין. א גוטער פריינד אומבאמערקט פון דרויסן,האט דאס באהעלטעניש פארלייגט און ביינאכט איז די חברה ארויס, אריבער דעם פארקאן און זיך געלאזט אין דער וועלט אריין. א סך זיינען אויך ארויס פון לאגער ביי פארלאדענע וואגאנעס מיט מלבושים. איינשינדלער, צום ביישפיל, איז ארויס אויף אזא אופן: מיר שטייען פארטאג, ס‘איז נאך טונקל, ביי דער קיך נאך קאווע. ער האלט שטארק פון עוקר זיין. ער וועט, זאגט ער מיר, איצט אונטערגנבענען זיך צום צוים און זען צי ס‘איז נישטא א מעגלעכקייט אויך פון דער זייט צו ”גיין“. געגאנגען און מסתמא געזען, אז מען קען, זיך נישט לאנג מישב געווען און אוועק. עטלעכע טעג שפעטער קומט כאסקל עצהנען זיך מיט אונדז, וואס ער זאל טאן, ער וויל דווקא גיין מיט זיגמונטן און דא האט ער שוין מארגן א געלעגנהייט צו ציען פון פלאץ. מיר האלטן, אויב ער האלט דערביי און האט א גוטע געלעגנהייט, נישט צו ווארטן. אויף מארגן האט ער טאקע געצויגן. עס זיינען צו יענער צייט אוועק א 03-04 מאן א טאג. א גרויסער טייל איז אבער צוריק אריינגעפאלן בעת די אקציעס אין פארשיידענע שטעט און שטעטלעך און ווידעראמאל געקומען קיין טרעבלינקע. איך האב דארט געהאט עטלעכע פריינד, וועלכע זיינען מערערע מאל ארויס מיטנעמענדיק גרויסע סומעס געלט, ארומגעבלאנקעט, מורא געהאט, ערגעץ אן ארט צו דערווארעמען זיך און דאך יעדעס מאל פריש אריינגעפאלן. שוין קענענדיק די טרעבלינקער פראקטיק, האבן זיי פארשטאנען, ווי אזוי זיך אויסצומישן מיט
די ארבעטער און אזוי ארום אין ”באד“ נישט צו גיין. דעמאלט איז דאס אלץ מעגלעך געווען. טרעבלינקע איז נאך געווען אין די ”קינדער-שיכלעך“ און אין לאגער איז נאך קיין ארדענונג נישט געווען. אז דער לאגער-עלטסטער האט באמערקט, אז עס פעלן אים אביסל ”געסט“, האט ער אויף אייגענער האנט אריינגעשמוגלט א פרישע חברה פון טראנספארט. די גאנצע ענערגיע פון דער פארוואלטונג איז געווען קאנצענטרירט אויף דער ”פאבריק“, זי זאל ווי אמבעסטן קלאפן. מיט די מענטשן אין לאגער האט מען זיך קנאפ אינטערעסירט. ווי שוין געזאגט, האט מען יעדן טאג גאנצע פארטיעס אויסגעשאסן, אדער אוועקגעשיקט אין לאגער 2 און אויף זייער ארט באשעפטיקט פרישע. זיי האבן זיך נישט געזארגט אז דער ”מאטעריאל“ וועט זיי אויספעלן. מען האט אונדז דעריבער געלאזט שלאפן ערגער ווי די חזירים, קיין וואסער צום וואשן, ווי טייל מאל נישט צום טרינקען און קיין שום מעדיצינישע הילף. אין קעגנטייל, אז עס האט זיך וועמען געמאכט א מכה, אדער עפעס ענלעכס, האט ער זיך געמוזט דערמיט אויסהיטן.
אז דאס לויפן האט אבער אנגענומען א מאסן-כאראקטער און די דייטשן האבן יעדן טאג אין אן אנדער ארט באמערקט דורכגעהאקטע דראטן, האבן זיי זיך גענומען אויף פארשיידענע אופנים אנגרייפן. עס איז זיי נישט אויף אזוי ווייט געגאנגען אין דעם ביסל אנטלאפענע יידן. קיין גענויעם באגריף וועגן דער צאל נישט געקענט האבן. זיי האבן איבעריקנס געוווסט, אז
פריער אדער שפעטער וועט א גאנץ גרויסער טייל צוריק אריינפאלן. דערהויפט איז זיי געגאנגען וועגן עפעס אנדערש, דהיינו: דער סוד וועגן די ”אויסגעזידלטע“ יידן זאל נישט ארויסקומען אין דער עפנטלעכקייט. ווי באוווסט, האבן די דייטשן פארשפרייט א קלאנג, אז די אויסגעזידלטע ווערן איבערגעשיקט קיין אוקראינע צו ערד-ארבעט. אויך אין טרעבלינקע איז אין אנפאנג געהאנגען א שילד אין ענלעכן זין. שפעטער, ווען דער אפאראט האט שוין גוט געקלאפט, די טראנספארטן שנעל דערליידיקט, איז די שילד געווארן איבעריק און ליקווידירט. דאס אריינדרינגען פון אמת צווישן די פארבליבענע מאסן האט געקאנט גורם זיין זיי זאלן זיך צעלויפן, באהאלטן, אדער שטעלן א ווידערשטאנד און זיי, די ארעמע דייטשן, באשווערן די ארבעט, וואס איז ביז איצט געגאנגען אזוי גלאט. אין אנפאנג האבן זיי געפרוווט ווירקן אויף אונדז מיט שיינע רייד און גוטע צוזאגן. עס איז
אראפגעקומען א ”הויכע פערזענלעכקייט“ פון דער צענטראלע אין לובלין. מען האט אונדז אלע פארזאמלט און ער האט געהאלטן א דרשה. עס ווערט געשאפן, זאגט ער, א יודן-שטאט, ווו די יידן וועלן האבן פולע אויטאנאמיע רעכט און אויב מיר וועלן גוט אויספירן די ארבעט, זיין געהארכזאם און דערווערבן זייער צוטרוי, וועלן מיר באקומען (פארשטייט זיך אינם יודן-שטאט) די בעסטע פאסטנס, מיר וועלן זיין די פירער, די עלטסטע. אז עס האבן נישט געהאלפן די גוטע רייד,
האט מען גענומען סטראשען: מען וועט אונדז אויסטאן און לאזן ארבעטן נאקעט. פאר פרווון אנטלויפן, וועט אנגעווענדעט
ווערן טויט מיט די שרעקלעכסטע ענויים. פאר מיסברויכן מיטן צוטרוי, מיט וועלכן זיי האבן אונדז באשאנקען, כדי צו באווייזן, אז ס‘איז נישט בלויז גערעדט, האט מען שוין אויף מארגן געכאפט צוויי יינגלעך, וועלכע האבן כלומרשט געוואלט אנטלויפן. אין מיטן פלאץ איז אויסגעבויט געווארן א תליה, אויסגעשטעלט ארום איר אלע לאגער-ארבעטער. דער קאמענדאנט האלט א קורצע דרשה און די צוויי קרבנות, נאקעטע, ווערן אויפגעהאנגען ביי די פיס. צוויי דייטשן האבן, אן ארך, א האלבע שעה געשמיסן די זיך וויגנדיקע קערפערס פון די אומגליקלעכע, ביז איינער האט ענדלעך ארויסגענומען דעם רעוואלווער און זיי דערשאסן. געזען, אז דאס אלץ העלפט נישט, האט מען זיך גענומען ביסלעכווייז איינצופירן ארדענונג און שאפן, אויף וויפל עס איז מעגלעך עס אנרופן, א סטאבילן לאגער. אגב האבן זיי געזען, אז די שוין איינגעארבעטע מענטשן זיינען פראדוקטיווער, ווי די פרישע און עס לוינט בעסער די אלטע צו האלטן ביז א געוויסע צייט, ד.ה. ביז זיי וועלן זיין נויטיק, איידער כסדר די מענטשן צו בייטן. כודם כל האט מען גענומען אויסליידיקן צוויי באראקן אין הויף פון די ווארשטאטן, צוזאמענגעקלאפט פריטשן און אינסטאלירט עלעקטרישע באלייכטונג און איינגעארדנט צוויי פרישע וווין-באראקן. די ארבעטער זיינען פארטיילט געווארן אין דריי בלאקן (איינער האט שוין עקזיסטירט), אזוי ארום אלץ
קאנצענטרירט אין איין ארט און אויך אין טרעבלינקע געשאפן א ”געטא“. עס זיינען אויך איינגעפירט געווארן נומערן. יעדעס שלאף-ארט איז אויף די פריטשעס פארזען געווארן מיט א נומער. דעם זעלבן נומער פון זיין פריטשע האט אויך געטראגן אויף א דרייעקיקן קאלירטן לייוונט (יעדער בלאק אן אנדער קאליר) יעדערער פון בלאק. דאס איינפירן פון די נומערן האט געהאט די אויפגאבע עס זאלן נישט קענען אריינגעשמוגלט ווערן מענטשן פון דעם טראנספארט אן דעם וויסן פון דער פארוואלטונג. עס זיינען פאראנטווארטלעך געווען פאר יעדן איינעם זיינע צוויי נאענטסטע שכנים, ד.ה. די ביישלאפער פון ביידע זייטן, אזוי אז איינער האט געמוזט אכטונג געבן אויפן צווייטן. גלייכצייטיק זיינען די נומערן נאך צו עפעס צו ניץ געקומען, אז עס האט עמעצער באגאנגען עפעס א חטא, איז חוץ דעם, וואס ער האט באלד אויפן ארט ”אפגעלייזט“, שוין אויך געקענט זיין זיכער, אז דער נומער זיינער וועט ביים אוונט-איינטרעטן נישט פארגעסן ווערן, און צו א 25 אדער גאר 50 וועט שוין אויסגיין. די באראקן זיינען אין אוונט פון דרויסן געווארן אפגעשלאסן דורך דעם דייטש, וואס האט געהאט ”טאג-דינסט“ און אין באראק אוועקגעזעצט א דיזשור. א חוץ דעם לאגער-עלטסטן זיינען נאך נומערירט געווארן נאך דריי בלאק-עלטסטע. יעדן בלאק איז צוגעטיילט געווארן א דייטשער שעף, וועלכער איז שטענדיק געווען גענוי אינפארמירט וועגן צושטאנד פון זיין בלאק. איינגעטראטן זיינען מיר איצט בלאקן-ווייז. יעדער בלאק-עלטסטער ראפארטירט וועגן זיין
בלאק דעם שעף, דער ווידער גיט דאס איבער דעם הויפט שארפירער. דער איינטרעטן צערעמאניאל ווערט איבערגעחזרט צוויי מאל אין טאג, אינדערפרי, פארן צוטרעטן צו דער ארבעט, און אין אוונט, נאכן פארענדיקן די ארבעט. א גענוג גרויסער פלאץ ארום אונדזערע באראקן איז געווארן ארומגענומען מיט א הויכן צוים פון שטעכלדראט מיט א טויער אין מיטן, וועלכער איז געווארן אפגעשלאסן און באוואכט, באלד ווי די קאלומנעס זיינען צוריק געקומען פון דער ארבעט. איצט האבן מיר שוין אין טרעבלינקע געהאט א פולשטענדיקן געטא. אונדזערע באראקן זיינען אויך געדיכט ארומגעשטעלט געווארן מיט רויטע עלעקטרישע לאמפן, וועלכע האבן א גאנצע נאכט באלויכטן דעם ארומיקן פלאץ. א חוץ דעם איז דער פארקאן ארום דעם לאגער נאך ארומגעשטעלט געווארן מיט א צוים פון שווערע אייזערנע זאשיעקעס, אדורכגעפלאכטן מיט א ברייטער נעץ פון דינעם, פארפלאנטערטן שטאלדראט. איינגעטרעטן זיינען מיר נישט ווי פריער, אויף דער ראמפע, נאר אויף דעם פלאץ אין געטא. אינדערפרי, ביים אריינטרעטן, האט יעדער קאפא און פאר-ארבעטער באקומען זיינע מענטשן צוגעטיילט, פאר וועלכע ער איז געווען פאראנטווארטלעך אין משך פון טאג. עס האט גענומען א גענוג לאנגע צייט ביצ וואנען די אלע פארארדענונגען און ארבעטן זיינען דורכגעפירט געווארן. דערווייל האט דער עולם נישט באלעמוטשעט און ווי נאר איינער האט געקענט, האט ער ”געצויגן“. זיגמונטן האט זיך אלץ קיין געלעגנהייט נישט געמאכט. די באדינגונגען ווערן מיט
יעדן טאג שווערער. ער מיט זיינע דריי נאענטע פריינד: סעוועק, מאניעק און יאקוב גאנצארסקי האבן געזאלט גיין צוזאמען. זיי האבן קאמבינירט אויף פארשיידענע אופנים און יעדעס מאל איז עפעס קאליע געווארן. איך פערזענלעך האב ניט געהאלטן פון ”גיין“. איך האב נישט געזען קיין שום מעגלעכקייט זיך צו קענען אין דרויסן דערהאלטן. צוריקקערן אין געטא האט נישט געהאט קיין שום זין, איך האב שוין דארט קיינעם נישט געהאט. אויף דער ארישער זייט האב איך אויך נישט געהאט קיין קריסטלעכן פריינד אויף וועמענס הילף איך זאל קענען רעכענען. זיגמונט וויל איך זאל גיין מיט אים. ער קען מיר אבער דערצו צופיל נישט צורעדן. איך דאקעגן, קען אים נישט אפרעדן. אזוי פארגייען טעג און וואכן. דורך דער צייט וואס ער ארבעט אויפן פלאץ ביים סארטירן די ”לומפן“ גרייט ער זיך צו א שיין פעקל געלט, גאלד און ביזשוטעריע און גיט עס מיר איבער צו באהאלטן. איך האב נישט ווו מיט דערמיט זיך אהינצוטאן. מען מוז דערמיט גאר שטארק פארזיכטיק זיין. פאר דעם מינדעסטן חטא דראט נישט נאר ”לאזארעט“, נאר מיט א שפארן צולאג. איך פארזאג אים קאטעגאריש מער נישט צו ליפערן און אין א פאסיקן מאמענט באגראב איך דאס פעקל אין דער ווערקשטעל און זאל עס רוען ביז די צייט וועט דערויף קומען.
זיגמונט וויל אלץ פון זיינע פלענער נישט רעזיגנירן און דעריבער צו מיר אין ווערקשטעל נישט גיין ארבעטן, כדי ביי אן עווענטועלן ”ויברח“, מיך נישט צו מאכן פאראנטווארטלעך.
מיר האבן זיך אויך באמיט, צוליב דערזעלבער סיבה, אז נישט אלע זאלן וויסן אז מיר זיינען ברידער. איך צי דאן צו צו מיר אין ווערקשטעל נחום עליאשעוויטש, א בלעכער-ארבעטער פון טשענסטאכאוו.
עס איז אוועק נאוועמבער, דעצעמבער. טראנספארטן זיינען נאך געגאנגען, אבער שוין נישט אין אזא טעמפא, ווי פריער. עס זיינען איצט אנגעקומען טראנספארטן מערסטנטייל פון די מזרח-געביטן, ווי ביאליסטאק, גראדנע און אומגעגנט. דאס בילד איז געווען א נאך פיל טרויעריקער, צוקוקנדיק, ווי מענער, פרויען, קינדערלעך נאקעטערהייט אויפן פראסט און שניי ווארפן זיך פון קעלט. דאס קליינווארג ציטערט און וויינט: ”מאמע, ס‘איז מיר קאלט“. בין איך נישט איינמאל שוין צופרידן געווען, וואס מיין פרוי און קינדער זיינען דעם וועג שוין אדורך און דארפן אים איצט נישט מיטמאכן... עס קומען אויך נאך אן עטלעכע טראנספארטן פון ווארשע, צו ביסלעך פון קאסאווע, ווענגראוו, פון פארשיידענע פונקטן און לאגערן. די טראנספארטן הויבן אן זיין זעלטענער, ביז אין יאנואר כמעט אויפגעהערט. אויך דער פלאץ ווערט וואס אמאל ליידיקער. די סחורות איינגעפאקט, פארלאדן און ארויסגעשיקט. צווישן עולם האט זיך פארשפרייט א קלאנג וועגן א נאענטער סעלעקציע. קיין מעגלעכקייטן אויף אינדיווידועלער פליטה זיינען נישטא. איין גרופע האט נאך געפרוווט מזל, זי האט אבער נישט געקענט אדורך און צוריק אריין אין באראק. עס האט געקענט זיין
שא-שטיל, ווען עס מישט זיך נישט אריין דער מיאוסער מוסר און חונף בלאק-עלטסטער קובא, א נארישער יונג, וועלכער האט זיך נאר באמיט געפעלן ווערן די דייטשן. הונדערטער יידן זיינען דורך זיין האנט געגאנגען אין ”לאזארעט“ אריין ביים באקעמפן די שפעקולאציע אין טרעבלינקע, נאר דאס איז א קאפיטל פאר זיך. אויך דאס מאל האט ער נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון און דעם ענין איבערגעגעבן די דייטשען, וואס האט געקאסט 8 קרבנות.
עס האט זיך געשטעלט א ווינטער מיט פרעסט און שניי. די ארבעט אויפן פלאץ איז געווארן אומדערטרעגלעך און ענדלעך איז זיגמונט מסכים געווען אויף אריינצוגיין צו מיר אין ווערקשטעל ארבעטן און אפווארטן א געלעגנהייט צו גיין צוזאמען מיט מיר. עס איז מיר אויך געלונגען אים מיט נחומען אריינזוציען צו די ”האף-יודן“. איצט זיינען מיר שוין געווען צוזאמען, אפילו געשלאפן צוזאמען.