קאפיטל 4
דאס לעבן אין ווערקשטעל איז געגאנגען גענוג באקוועם, קיין הונגער נישט געליטן. מיר האבן צו ביסלעך געקאכט פאר זיך. אין אנפאנג האט קיין מאטעריאל דערצו נישט געפעלט. עס האט נישט געפעלט קיין פארפל, ארבעס, מעל, שמאלץ, א.א.וו. מען האט נאר געמוזט פארזיכטיק זיין, קיין דייטש זאל אונדז ביי דעם חטא נישט כאפן. שפעטער, ווען קיין שפייז איז שוין נישט געווען, האבן מיר געגנבעט קארטאפל פון די קעלערן און געקאכט. נישט געקוקט אויף דעם, וואס מיר זיינען געווען ווי ווייט מעגלעך פארזיכטיק, האבן מיר דאך נישט געקענט אויסמיידן מען זאל אונדז פון צייט צו צייט נישט כאפן און אראפלאזן צו 25 אויפן הינטן. רעזיגנירן פון קאכן האבן מיר נישט געקאנט. מיטן באקומענעם פון קיך עסן איז בשום אופן נישט מעגלעך געווען אויסצוהאלטן. קיין ברויט איז שוין נישט געווען ווי פריער, וויפל איינער האט נאר געוואלט, נאר א צוגעטיילטע פארציע פון א 4/1 קילאגראם אויף א טאג און וויפל
טעג האט דער עולם בכלל קיין ברויט נישט באקומען? דער עולם האט אנגעהויבן הונגערן. קיין געלט אויפן פלאץ איז שוין נישטא. יעדער האט אבער עפעס באהאלטן און איינציקווייז אנטוויקלט זיך א גאנצער האנדל, גערופן אין טרעבלינקע ”ספעקולאציע“. ספעקולירט האט מען אויך באלד פון אנהויב, אבער אין א קליינער מאס, איבערהויפט מיט לוקסוס ארטיקלען, ווי שינקע, בראנפן א. א.וו. איצט איז עס געווארן א נויטווענדיקייט. די קאלומנעס, וואס זיינען ארויסגעגאנגען אין וואלד ארבעטן, האבן ארויסגעשמוגלט געלט און ווערט-זאכן. די פויערים און הענדלער, גיריקע אויף א פעט פארדינסטל, האבן אונטערגעטראגן פון שענסטן און בעסטן. געצאלט זיינען געווארן פאנטאסטישע פרייזן. די ארומיקע פויערים זיינען נתעשר געווארן. ווי געזאגט, האט קיין געלט אין טרעבלינקע נישט געשפילט קיין ראלע. קוים איז דאס ארויסגעשמוגלטע געלט נישט געלונגען אויסצוגעבן, האבן עס חברה בעסער אוועקגעווארפן און אין לאגער נישט צוריקגעבראכט. די וואכמענער האבן נישט נאר נישט געשטערט, נאר מיטגעהאלפן. דערפאר האבן זיי אראפגענומען די סמעטענע. שווער זיך פארצושטעלן אין וואס פאר א לוקסוס און וווילטאג די טרעבלינקער דייטשן און וואך-מענער האבן געלעבט.
דער פארוואלטונג איז א שאד געווען דאס ארויסגעשמוגלטע געלט און ווערט-זאכן. אויך האט זיך זיי שטארק געוואלט דערפירן דערצו, אז מיר זאלן מוזן אויסקומען
נאר מיט דעם, וואס מיר באקומען פון קיך, אזוי ארום וועלן מיר זיך אין א קורצער צייט אליין ”ליקווידירן“ און זיי פארשפארן ארבעט. עס איז דעריבער אונטער טויט-שטראף פארבאטן געווארן נישט נאר ”ספעקולאציע“ נאר אויך פון טראנספארט עפעס צו נעמען, ווי ברויט און אנדערע לעבנסמיטלען, וואס איז ביז איצט געווען אזוי גוט ווי כשר. און ביי די דייטשן איז נישט בלויז גערעדט, מען האט געשאסן אויף רעכטס און לינקס. ביי דעם מינדעסטן חשד, האט מען אוועקגעלייגט איינצלנע און גאנצע פארטיעס. עס האט זיך געעפנט א ברייט פעלד פאר די פינצטערע עלעמענטן און מוסרים, אין דער שפיץ פון וועלכן עס זיינען געשטאנען דער פארוואלטונגס-ארדינאנט כאסקל און דער בלאק-עלטסטער קובא. פאר דעם כאסקל, א געמיינער ווארשעווער מנובל, א נארישער יונג און גרויסער בעל-גאווה, האבן געציטערט נישט נאר דער געוויינלעכער עולם, אפילו אויך די קאפאס און דייטשן. א גאנצן טאג לויפט ער ווי א ווילדער הונט איבערן פלאץ און די ווארשטאטן, זוכט, נישטערט אין אלע ווינקעלעך. אין די כלעבאקעס און טאשן זוכט ער אפילו. און וויי איז דעם ביי וועמען ער כאפט א טריפה שטיקל סחורה, קאכן אדער דרעמלען ביי דער ארבעט. מיר האבן פאר אים מער מורא ווי פאר א דייטש. דא האבן שוין קיין טרערן און אינטערווענצן פון זיינע קאלעגעלעך נישט געהאלפן. דאס האט שוין געמוזט אנקומען צו דער פארוואלטונג. אז דער פאסטן, וועלכן יעדע ווערקשטעל האט ארויסגעשטעלט אויף ”צינג“ האט געמאלדן ”כסקל גייט“, איז אלץ שטיל געווארן, עס
איז זארגפעליק אויפגערוימט געווארן און אלע האבן זיך געשמאק גענומען פאר דער ארבעט. דערפאר האט ער אבער גענאסן פון פולסטן צוטרוי מצד דער פארוואלטונג. געפרעסן און געזויפט פון שענסטן און בעסטן אין זייערע מאגאזינען, פון וועלכע ער איז געווען שליסל-היטער. און דעם גולם האבן זיי צוגעזאגט מיטצונעמען קיין בערלין נאך דער מלחמה. ער האט שטארק געגלויבט אין דעם און זיך ביי יעדער געלעגנהייט דערמיט גערימט. ער איז שוין געווען אזוי ווייט חוצפהדיק, אז ער האט זיך דערלויבט אויך אויף אייגענער האנט ארויסגעבן פארארדנונגען. די פרימערע יידן האבן זיך געשאפן א מנין, פארטאג און פארנאכט געדאוונט בציבור אין דער טישלער-ווערקשטעל. כאסקל האט זיי דאס ביסל פארגעניגן אויך נישט געקענט פארגינען און דעם מנין צעטריבן. ערשט נאך אן אינטערווענץ אין דער פארוואלטונג איז ער צוריק איינגעשטעלט געווארן.
דער צווייטער מוסר אין גרויסן מאשטאב איז געווען בלאק-עלטסטער קובא, א לאדזשער ”אינטעליגענט“. ער איז אן אויפהער ארומגעשפרונגען, געחנפעט און געדינט די דייטשן צום שאדן, אזוי ווי פון די איינצלנע, אזוי פון גאנצן כלל און ס‘האט זיך אים אלץ אויסגעוויזן, אז ער האט נאך אלץ נישט גענוג פארדינט ביי זיי. צום ביישפיל אזא פאקט: אין דער צייט, ווען קיין טראנספארטן זיינען נישט געווען, די לומפן שוין ארויסגעשיקט, זיינען די ”רויטע“, ”בלויע“ און אנדערע
גרופן פון פלאץ באשעפטיקט געווארן ביי פארשיידענע אינוועסטיציע-ארבעטן. א גרופע ”רויטע“ האט באקומען די אויפגאבע אויסצופלאנירן און שלאגעווען אונדזער פלאץ. ביי די ערשטע שפאטן ארויסגעווארפענע ערד טרעפן זיי זיך אן אויף א געוויינלעכן טרעבלינקער מיסט-קאסטן. צווישן מיסט און דרעק געפינען זיך מאסן פאטאגראפיעס, דאקומענטן, פארשיידענע חפצים, גאלד, ווערט-זאכן און מענטשלעכע קערפערס. מיר בעטן די חברה: ”שיט צו און מאכט א שווייג, זאל כאטש דער מיסט-קאסטן בלייבן אלס א זכר פונעם אומגעקומענעם יידישן פאלק“. קאפא יורעק, אויך א ”פיינער מאן“, איז שוין מסכים, קובא אבער, קען נישט באשטיין. ער לויפט, זוכט לאנג ארום, ביז ער געפינט דעם הויפטשארפירער. עס ווערט אוועקגעזעצט די קאלומנע מיסט-סארטירער. יעדער פאטאגראפיע און דאקומענט ווערט זארגפעליק אויסגעקליבן און פארברענט. געלט, גאלד און ווערט-זאכן אויסגערייניקט און אין דער קאסע אריין. די קערפערס אויסגעגראבן און אויפן ”לאזארעט“-פייער פארברענט, ס‘זאל חלילה קיין צייכן פון יידישן חורבן נישט בלייבן. אויך אויפן געביט פון באקעמפן די ספעקולאציע האט ער זיך ספעציעל אויסגעצייכנט. דאס ארויספירן געלט און אריינברענגען סחורה איז געווארן אוממעגלעך. די ארויסגייענדיקע און אריינגעקומענע גרופן ווערן רעוויזירט. חוץ דעם האט מען שוין מיט בלויז וואכמענער נישט ארויסגעלאזט, יעדער ארויסגייענדיקע גרופע האט געמוזט אסיסטירן א דייטש, אבער אויך מיט די דייטשן האט חברה
בלאט געמאכט. יידן האבן געגעבן געלט, וואס איז נישט געקוקט אויף אלע שוועריקייטן, דאך ארויסגעשמוגלט געווארן. דער וואכמאן האט געקויפט און דער דייטש האט געטיילט, פארשטייט זיך, אזוי געטיילט, ער זאל נישט ארויס באעוולט. חברה האט אויך קאמבינירט מיט די וואכמענער אין לאגער, געגעבן א באקאנטן וואכמאן געלט און יענער האט אויף אן אפגערעדטן ארט אוועקגעלייגט א פעקל. נישט זעלטן זיינען געווען פאלן, ווען דער וואכמאן פלעגט דאס געלט צונעמען און קיין פעקל נישט אוועקלייגן. א סך האבן ריזיקירט און געקויפט דירעקט ביי וואכמענער. מען האט זיך שוין איצט אין לאגער געקענט איינהאנדלען א קילא ברויט פאר 30 פאפיר-דאלאר אדער 15 גאלד-רובל. פארן זעלבן פרייז האט מען געקענט קויפן 100 מאמארקאווע פאפיראסן אדער א האלבן ליטער בראנפן. פאר 5 טויזנט זלאטעס האט מען טייל מאל אויך געקענט באקומען א שטיקל פוטער. קובא און כאסקל האבן, מיט זייערע אגענטן און סוב-אגענטן, יעדן געהאט אויפן אויג. זיי האבן גענישטערט אין די כלעבאקעס, אויף די קויקעס, אונטער די פריטשן און אפטמאל מיט דערפאלג. ער האט אויך ארגאניזירט, דער פאררעטער, א ספעציעלע וואך ארום אונדזערע דראטן, דורך וועלכע די וואכמענער האבן איבערגעשיקט פעקלעך צו די יידן פון דער צווייטער זייט פון דער פארצוימונג. נישט קוקנדיק אויף אלע שוועריקייטן האט דער האנדל אנגעהאלטן.
מיט דער צייט האבן זיך געשאפן דריי קאטעגאריעס פון די לאגערניקעס. די אזוי גערופענע אריסטאקראציע, וואס איז באשטאנען פון די עלטסטע, קאפאס, אויפזעער פון די מאגאזינען און דאקטוירים. זיי האבן געלעבט אין לוקסוס, געמאכט ווילדע הוליאנקעס, געשיקערט, און געפאלן אלץ טיפער אין אויסגעלאסענקייט.
אין טרעבלינקע זיינען געווען אן ערך 30 פרויען. דער גרעסטער טייל איז געווען באשעפטיקט אין וועשערייען פון די דייטשן, אוקראינער און יידן. טייל האבן גענייט וועש, איינע פון זיי - א דענטיסט, איינע א דאקטער, און איינע א קראנקן-שוועסטער אין דער אוקראינישער קליניק. עטלעכע זיינען געווען באשעפטיקט מיט העקלען, שטריקן, א.א.וו. זיי האבן שווער נישט געארבעט. פון דער גרופע פרויען, א חוץ פינף וואס האבן געהאט מענער אין לאגער, האבן אלע זיך געפוצט און זיך פארהאלטן אויסגעלאסן. זיי האבן געהאט פארערער פון דער טרעבלינקער אריסטאקראציע, וואס האט זיי געקענט פארזארגן מיטן שענסטן און בעסטן. די פרויען פלעגן שיקערן אויף די הוליאנקעס, זיך באנוצן מיט זייער א שמוציקער שפראך און זיך וויילן מיט די מענער אן א גרענעץ. די דאזיקע פרויען זיינען נישט געווען איבערקלייבעריש אפילו מיט אוקראינער און דייטשן.
די פרויען, אין אלגעמיין, אויב זיי פלעגן באשטראפט
ווערן, איז מיט הויזארבעט, בלייבן אין די באראקן אין זייער פרייער צייט, און אויך נישט קענען זיך טרעפן מיט זייערע געליבטע און נישט טארן גיין אויף די ווילדע הוליאנקעס. אוודאי איז דאס פאר זיי געווען זייער שווער אויסהאלטן. אין
עטלעכע שווערע פאלן האט מען די פרויען געשיקט אין לאגער 2. פאר דער צייט פון מיין זיין אין לאגער איז נישט געווען אזא פאל אז מען זאל שיקן א פרוי אין ”לאזארעט“.
דער מיטלשטאנד אין לאגער איז באשטאנען פון די בעלי-מלאכות אין די ווערקשטעלן און פון א טייל פעיקע חברה-לייט ספעקולאנטן. די ווארשטאטן האבן געהאט דעם פלוס וואס אין יעדער ווערקשטעל האט זיך געפונען אן אויוון אדער קיך, וואס האט אין א גרויסער מאס געהויבן דעם לעבנס-שטאנדארט. די מענטשן ביי די ווארשטאטן האבן, אויספירנדיק פארשיידענע ארבעטן פאר די וואכמענער, באקומען פון זיי ברויט, פלייש, פאפיראסן און אפילו שנאפס. אין אלגעמיין האבן די ווערקשטעלן אפילו אין דער שלעכטער צייט, קיין גרויסע נויט נישט געליטן.
דער דריטער שיכט, די שווארץ-ארבעטער, דער רוב מנין און בנין אין לאגער האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן. יעדער האט זיך געהאלפן ווי ער האט געקענט, אבער דער הונגער און די נויט איז וואס ווייטער אלץ גרעסער געווארן.