קאפיטל 5
וואס ווייניקער ס‘איז געווארן ברויט, אלץ גרעסערע פארציעס מוזיק האבן מיר באקומען. שוין מיטן אנטשטיין פון לאגער איז געשאפן געווארן א קליינע קאפעלע פון עטלעכע פראפעסיאנעלע מוזיקער, ווי די ווארשעווער דריי ברידער שערמאן,שניצער און אנדערע. קיין גרויסן דערפאלג האבן זיי אבער נישט געהאט. אנהייב ווינטער קומט אראפ דער באקאנטער מוזיקער און קאמפאזיטאר ארטור גאלד. פראטעזשירט דורך זיינע ווארשעווער פארערער, ווערט ער, מיט נאך עטלעכע גוטע מוזיקער ארויסגענומען פון טראנספארט. ער נעמט שטארק אויס ביי די דייטשן און זיי הייסן אים שאפן א קאפעלע, אז טרעבלינקע זאל זיך נישט דארפן
שעמען. גאלד נעמט זיך מיט דער גאנצער ענערגיע צו דער ארבעט. די דייטשן זיינען אים מיט אלע כוחות בייהילפיק. די פארשיידנסטע אינסטרומענטן אין א גענוג גרויסער צאל האבן די יידן איבערגעלאזט אויפן פלאץ, גייענדיק זיך דערווייל
”אויסבאדן“... געפעלט האט נאר א דזשאז. כדי אויסצופילן די
לוקע, האט דער הויפטשטורמפירער, צוריקקערנדיק פון אורלויב, מיטגעבראכט די פעלן און טאצן. די פויק איז געווארן געמאכט אויפן ארט און מיר האבן שוין מיט מזל א דזשאז אויך. א דזשאז באנדיסט איז געווען ערשטקלאסיק, אראפגעקומען צוזאמען מיט גאלדן. עס ווערט איינגעשטעלט א געמישטער כאר פון מענער און פרויען. א טשעכישער ייד שרייבט די טעקסטן און גאלד - די קאמפאזיציעס. ער שאפט אויך עטלעכע הערלעכע קאמפאזיציעס פאר זיין ארקעסטער. צום קאמפלעט געהערט אויך א סאליסט, א ווארשעווער ארטיסט, עטלעכע אמאטארן און יעזשיק, א קאבארעט-טענצער און סאליסט.
אויף ליאלקעס באפעל ווערן אין שניידער-ווארשטאט אויפגענייט פאר דער גאנצער קאפעלע ווייסע קאסטיומען, באפוצטע מיט בלויע קראגנס און קלאפעס. גאלד טרעט אויף אין א ווייסן פראק מיט דער זעלבער באפוצונג, אין ליאקירטע פאנטאפל, גלאט-אויסגעפרעסטע שטרייף-הויזן, א ווייסע באלאווע העמד מיט א מושקע. טרעבלינקע קען זיך אויף אלץ דערלויבן, אפילו אויף ליאקירטע פולפיטן מיט ארנאמענטן און אויפשריפט: ”קאפעלע גאלד“. אין א גרויסארטיקן קורארט האט
מען זיך שוין קיין שענערן ארקעסטער נישט געקענט ווינשן.
ליאלקע, ווי שוין געזאגט, א גרויסער ליבהאבער פון באקס, האט זיך באמיט, אז אויך אין דעם פרט זאל טרעבלינקע
נישט הינטערשטעליק בלייבן. ס‘איז פארטיק געווארן אן
הערלעכער רינג און באקס-הענטשקעס, לויט אלע כללים פון באקס. ענדע אפריל, נאכן דייטשישן ”זיג“ איבער ווארשעווער געטא, זיינען אנגעקומען מיט א טראנספארט עטלעכע גוטע באקסערס און אן אינסטרוקטאר. טרעבלינקע האט ארומגעכאפט א באקס-משוגעת. אין די פרייע אוונט-שעהען האט מען געקענט זען גרופקעס מענטשן, אין דער מיט צוויי נאראנים מיט אונטערגעהאקטע אויגן און געשוואלענע נעזער, באקסן זיך. כמעט יעדן צווייטן שבת זיינען איינגעארדנט געווארן קאנצערטן, פארשטעלונגען, באקס און לייכט-אטלעטיק מעטשן. אין דער מיט פון אנטרעטן-פלאץ אינעם ”געטא“ איז אויפגעשטעלט געווארן דער רינג. אין פראנט זיינען אויסגעשטעלט געווארן פאטעלן פאר דער מאכט, ד.ה. דייטשן. געקומען זיינען אלע פון אבערשטורמפירער ביז אונטערשארפירער. זיי האבן נישט פארגעסן מיטצונעמען ביר, שאקאלאד, לימאנאדע צו קוויקן זיך בעת דער פארוויילונג. פון איין זייט רינג זיינען אוועקגעשטעלט געווארן לאנגע בענק פאר די פרויען, קאפאס און פאכארבעטער. פון דער צווייטער זייט האט זיך געשטופט דער ”געמיינער“ עולם. אנוועזנד אויף די פארשטעלונגען האבן אלע געמוזט זיין. קיינעם איז נישט
דערלויבט געווען צו בלייבן אין באראק אדער אין ווערקשטעל, ארויסגיין פון ”געטא“ - אוודאי נישט. דער טויער אפגעשלאסן און דער צוים ארומגעשטעלט. צווישן די דייטשן זיינען פארטיילט געווארן שיין אויסגעפארטיקטע פראגראמען.
געעפנט די אימפרעזע האט די ”קאפעלע גאלד“. געשפילט
אריעס פון בארימטע אפערעס און אויך גאלדס אייגענע קאמפאזיציעס. סאלווער, אן ערשט אנגעקומענער ווארשעווער חזן, זינגט אריעס און לידער. ס‘קומען נאך חומאריסטישע סקעטשן, ”פארבראקט“ מיט א ביסל איראניע וועגן ”קורארט“ טרעבלינקע, געהאלטן פארשטייט זיך, אין דער דייטשער שפראך. יעזשיק פרעזענטירט זיין קאבארעט רעפערטואר. עס נעמט אויך אנטייל דער כאר. ענדלעך קומט די ריי אויף באקס און לייכטע אטלעטיק. אויף די ערשטע אימפרעזעס זיינען די קאמפן געהאלטן געווארן אויף א גענוג הויכן ניווא, עס האבן געקעמפט צווישן זיך מיטגלידער פון ווארשעווער קלובן. ליאלקע האט אבער געוואלט אנדערע קאמפן. אויף די שפעטערע אימפרעזעס האט מען געשטעלט צום קאמף נאמינירטע פארלעך, ווי צוויי פריזירערס, וואס האבן באדינט די דייטשן, שוין באיארטע מענטשן אבער גרויסע אידיאטן. נישט האבנדיק קיין אנונג וועגן באקס, האבן זיי זיך אזוי צעהרגעט בעת די קאמפן, אונטערגעהעצטע פון די מאסן און דייטשן, אז דאס בלוט איז פון זיי גערונען ווי וואסער. ליאלקע איז אראפגעפאלן פון פאטעל קאטשענדיק זיך פון געלעכטער. אלע דייטשן און דער גאנצער עולם - דאס זעלבע. נישט קיין
בעסערן גורל האבן געהאט די קלאזעט-היטער, און אזוי כסדר, קיין פרייערס האבן נישט געפעלט. דער עולם וויילט זיך און אויף דער צווייטער זייט פארקאן, אין ”טויטן-לאגער“, ברענט מען אן איבעררייס די איצט אויסגעגראבענע ערשטע ווארשעווער קרבנות. פארענדיקט די אימפרעזעס האט ווידעראמאל די גאלד-קאפעלע.
מיט גרויס פאמפע האט גאלד געפייערט זיין פערציק-יאריקן געבורטסטאג. די טישן אין דער שניידער-ווערקשטעל סערווירט מיטן שענסטן און בעסטן. זיסע געבעקסן האט צוגעשטעלט טרעבלינקער בעקעריי, מיט פלאשן געטראנקען און צוקערווארג האבן דעם טיש פארזען די דייטשע מאגאזינען. צו דעם געבורטסטאג האט גאלד צוגעגרייט א ספעציעלן רעפערטואר. דער זאל הערלעך דעקארירט, דער ארקעסטער אין גאלאווער-קליידונג, דער איינטריט נאר אויף איינלאדונגס-קארטן. עס זיינען דא אלע דייטשן און די טרעבלינקער ”יידישע אריסטאקראציע“. מען הויבט טאסטן פארן דייטשישן דערפאלג אין קריג. דעם קולמינאציע-פונקט דערגרייכט גאלד מיט זיין דרשה, לויבנדיק די דייטשן פאר זייער גוטסקייט, די האנדלונג זייערע לגבי יידן, דערקלערט ער, איז פארשטענדלעך און אין הסכם מיט די אינטערעסן פון דייטשישן פאלק. וואס די דייטשן האבן בעת דער דרשה געטראכט, ווייס איך נישט. איך ווייס נאר, אז פון דעמאלסט אן האט גאלד אין מיינע אויגן, ווי אויך ביי דעם גרעסטן טייל פון
אונדז, פארלארן דעם גאנצן חן און צוטרוי. מיר האבן אויך פארלארן דעם גאנצן רעספעקט פאר זיינע קינסטלערישע פעיקייטן. אויך צו זיינע אים אונטערגעווארפענע מוזיקער איז ער געווען שלעכט. ביז זיין אנקום האבן די מוזיקער, שפילנדיק אויף די אוונטן און באנקעטן, וואס זיינען איינגעארדנט געווארן אין די דייטשע באראקן לכבוד די אפט אנגעקומענע געסט, באקומען עסנווארג, געטראנקען און ציגארעטן. דאס באקומענע האבן זיי צעטיילט צווישן זיך יושרדיק, אבער גאלד האט אלץ פארנומען פאר זיך און די מוזיקער איז קנאפ וואס געלונגען ארויסבאקומען פון אים, און זיי האבן אויך געליטן הונגער גלייך מיט אלעמען - גאלד, דאקעגן, האט זיך געבאדן אין וווילטאג.
טאג-טעגלעך האט די גאלד-קאפעלע ביים אוונטאנטרעטן געגעבן קאנצערטן, שוין אין געוויינלעכער קליידונג, באגלייט פון מוזיק האט געזונגען דער כאר. אויך מיטן גאנצן עולם איז איינגעשטודירט געווארן א ספעציעל ליד ”טרעבלינקא“, אנגעשריבן אין דייטש, וואס איז געזונגען געווארן דורך אלעמען ביים אוונט-אנטרעטן און אין מארש.
ביי דעם זעלבן איינטרעטן האבן אויך ”איינקאסירט“ שמיץ די, וועלכע האבן זיי איבערן טאג ”פארדינט“. די קלענסטע שטראף איז געווען 52 אדער 05 שמיץ. צו דעם צוועק איז געמאכט געווארן א שמייסבאנק און א ספעציעלע נאגייקע. דער קרבן איז געווארן צוגעבונדן מיט א פאסיק איבערן אקסל צום
באנק. די פיס ארונטערגעצויגן און אויך צוגעבונדן צום באנק אזוי, אז דער הינטן איז אויסגעקומען בולט אנגעצויגן און די שמיץ ווירקזאמער. פון אנפאנג האט מען געשמיסן אויף די הויזן. איין מאל טרעפט, ליאלקע ”באארבעט“ א בחור און די שמיץ גיבן אים נישט דעם געהעריקן אפקלאנג. ער באפעלט דעם בחור אראפצולאזן די הויזן און עס ווייסט זיך אויס... עס ליגט דארט א האנטעך. פאר דעם ”פארברעכן“ ווערט דער קרבן אויסגעטאן אינגאנצן נאקעט. ער ווערט אזוי לאנג געשלאגן ביז ס‘בלייבט פון אים א רויטע, פליישיקע מאסע און דעמאלט ערשט אים דערשאסן אין ”לאזארעט“. פון דעמאלט אן זיינען שוין די שמיץ אויסגעטיילט געווארן אויפן בלויזן הינטן און ליאלקע איז שוין געווען זיכער, אז מ‘נארט אים נישט אפ. געשמיסן האט מערסטנטייל ליאלקע, די ארבעט האט אים פארשאפט גרויס פארגעניגן. דאס צווייטע ארט האט פערנומען ”קיווע“. אז עס האט זיך אבער געמאכט א סך ארבעט און זיי האבן זיך נעבעך קיין עצה ניט געקענט געבן אליין, האבן זיי א ביסל ”ארבעט“, צום גרויסן באדויערן, געמוזט אפטרעטן אנדערע שארפירער, שוין ווייט נישט אזעלכע בעלי-מלאכות, ווי די ערשטע צוויי.
ביים שמייסן האבן זיך די קרבנות פארהאלטן פארשיידן. די גרעסטע טייל האט זיי פארטראגן מיט פארביסענע ציין, אנדערע האבן געשריגען און זיך געווארפן, די באנק צעבראכן, אז מ‘האט זיי געמוזט פארפעסטיקן מיט אייזערנע פרענטעס, זיי זאלן נישט
קענען זיך רירן. צום מוראדיקסטן זיינען געווען די מאמענטן, ווען מ‘האט אויף דער באנק אראפגעצויגן די הויזן פון א יוגנטלעכן. עס זיינען געווען אין טרעבלינקע עטלעכע צוועלף און פערצניאריקע קינדער מיט פאטערס. אז מ‘האט אזא איינעם אראפגעלאזט די ערשטע שמיץ, זיינען די געוואלדן, געוויינען און געשרייען ”מאמע“ געגאנגען ביזן זיבעטן הימל. אפילו די פארשטיינערטע צווישן אונדז האבן מיטגעוויינט. אויף קיווען האבן די געוואלדן קיין איינדרוק נישט געמאכט, דאקעגן, וואס מער דער קרבן האט געשריגען, אלץ געשמאקער האט ער
געארבעט.
נאכן אויסטיילן די פארציעס, די באנק מיטן קאנטשיק אוועקגעטראגן אין מאגאזין, באטרעט גאלד זיין פיעדעסטאל, דער ארקעסטער שפילט אויף לייכטע מוזיק: ”קאוואלעריע רוסטיקאנא“, אדער עפעס ענלעכס, און עס זינגט נאך דער כאר. דער גאנצער עולם זינגט אפ ”טרעבלינקא“ ביז מען דערהערט ענדלעך דעם באפעל: ”אפטרעטן“. מיר אטעמען לייכטער אפ. גאלד מיט דער קאפעלע שטעלן זיך אויס אין א זייט, שפילן אויף א לעבעדיקן מארש. בלאקנווייז דעפילירן מיר אדורך פאר דער נאטשאלסטווא צו דער קיך נאך קאלאציע. מען מוז שטארק אכטונג געבן צו דערהאלטן דעם טריט, קוים מאכט זיך עפעס א מיכשול, באקומט מען גלייך פון קיווען א צי מיט דער בייטש איבערן קאפ.
נאך קאלאציע האבן מיר ווידער מוזיק אין דעם שניידער-ווערקשטעל, דער גרעסטער און שענסטער לאקאל אין ”געטא“. דער הימעל, ווייט ארום דעם לאגער, איז רויט פון העלישן פייער אינעם פריש אויסגעבויטן גרויסן אויוון, און דער ווינט טראגט אן א זייער שלעכטן ריח פון געברענטן און פארפוילטן פלייש און ביינער, אז עס איז נישט מעגלעך אין דרויסן דעם אטעם אפצוכאפן.
אין דעם שניידער-ווערקשטעל איז פארזאמלט אונדזער אריסטאקראציע מיט זייערע ”כלות“. עס קומען אויך אהער די דייטשן און צוג-וואכמענער וואס לאנגווייליקן זיך. אונדזערע פריילנס און קאוואלערן טאנצן אונטער די הערלעכע קלאנגען פון דער איינגעשפילטער גאלד-קאפעלע. מען וויילט זיך, מען שיכורט, אזוי אוונט נאך אוונט. שפעטער, אז עס איז שוין ווארעמער געווארן, שפילט דער ארקעסטער אין דרויסן, ביים פארמאכטן טויער. אויף דער אנדערער זייט טויער נעמען זיך צונויף גרופעס אוקראינער און אוקראינקעס און פרעזענטירן זייערע ”קאמארינסקיס“ און אנדערע טענץ. דאס איז א טאג-טעגלעך טרעבלינקער בילד. און ווי שוין געזאגט,
געפעלט האט נאר ברויט - שמיץ, טויט און מוזיק - דאס איז געווען איבער גענוג.