קאפיטל 6
מיט די ערשטע ווארשעווער טראנספארטן זיינען אראפגעקומען דער באקאנטער לארינגאלאג דאקטער כאראנזשיצקי און א דאקטער, א פרוי, גערופן אירקא. די צוויי דאקטוירים האבן אנגעהויבן ארדינירן. קיין יידן אבער נישט געטארט אויפנעמען. ד“ר כאראנזשיזקי האט בעהאנדלט די דייטשן, און ד“ר אירקא, די אוקראינישע וואכמענער. יידן איז איצט נישט דערלויבט געווען קראנק צו זיין. קוים האט ווער פון די דייטשן, און ספעציעל דער ”קרומער קאפ“, באמערקט, אז ס‘איז ווער עפעס נישט אזוי מיט אלעמען, האט מען אים גלייך גענומען אין ”לאזארעט“ אריין און אין איין מאמענט ”געזונט“
געמאכט.
געארבעט האבן דא אין לאגער העכער טויזנט מאן, אין לאגער 2 - ארום דריי הונדערט. א גרויסער טייל האט שטארק געליטן פון הויט-קראנקייטן, וועלכע מ‘האט מערסטנטייל געדארפט אפערירן. מען האט דערמיט, פארשטייט זיך, געדארפט זיין שטארק אויסגעהיט. די צוויי דאקטוירים האבן אין די אוונטן געבראכט מעדיקאמענטן און געהאלפן די קראנקע. אז מען האט איינעם געדארפט שניידן, האט די חברה זיך ארומגעשטעלט, אירקא מיטן פאציענט אין מיט, און כדי מען זאל נישט הערן די געוואלדן פון אפערירטן, האט חברה זיך צעלאזט מיט א הויכן געזאנג. נאך לאנגע אינטערווענצן פון לאגער עלטסטן אינזש. גאלעווסקי, איז די פארוואלטונג מסכים געווען ארויסגעבן 15 נומערלעך טעגלעך, וועלכע זיינען פארטיילט געווארן ביים פרימארגן-איינטרעטן צווישן די קראנקע ארבעטער. די האט שוין דאקטאר כאראנזשיצקי אפיציעל אויפגענומען.
מיט דער צייט איז דער לאגער געווארן א ביסל סטאביליזירט און פאר די יידישע ארבעטער זיינען צוגעטיילט געווארן צוויי דאקטוירים: דאקטאר פ. באק פון ווארשע און דער טאמאשאווער דאקטאר רייזמאן, וועלכער איז אנגעקומען מיטן טראנספארט פון ראווע. עס איז אפגעטיילט געווארן א שטיקל פלאץ אין ערשטן באראק אויף א רעוויר-שטובע, ווו אין די
אוונטן זיינען אויפגענומען געווארן די קראנקע.
אנפאנג ווינטער האט זיך אין לאגער גענומען באווייזן דער פלעק-טיפוס, זיך גענומען מוראדיק פארשפרייטן און צוגענומען מאסן קרבנות. קיין שום קעגנמיטל האט נישט
געקענט אנגעווענדעט ווערן. ערשטנס האבן די דייטשן נישט געטארט וויסן, אז אין לאגער הערשט פלעק-טיפוס, צווייטנס איז קיין שום מעגלעכקייט נישט געווען צו איזאלירן די קראנקע. נאך גרויסע באמיונגען איז די דאקטוירים געלונגען אויסצופועלן פאר זיך דאס רעכט אויף באפרייען פון דער ארבעט די שווער קראנקע. די צאל איז אבער געווען א באגרענעצטע, מאקסימום ביז 20. דער דאקטאר האט געמוזט ביי יעדן אנטרעטן ראפארטירן די צאל קראנקע פארבליבענע אין דער רעוויר-שטובע. קוים האט די צאל אריבערגעשטיגן דעם מאקסימום, איז באלד געקומען ליאלקע, קיווע, מיינסטנס דער ”קרומער קאפ“ און אפגעליידיקט די פריטשן אין דער רעוויר-שטובע, איבערלאזנדיק נאר די יחסנים.
די דאקטוירים האבן זיך געפונען אין זייער א פריקרער לאגע, צווישן האמער און קאוואדלע: פון איין זייט די מורא אריבערצוטרעטן די נארמע, פון דער אנדערער זייט, דער גרויסער צופלוס פון שווער-קראנקע מיט 40 און אריבער היץ.
די רעוויר-שטובע פארפילן די יחסנים, ווי אינזש.
גאלעווסקי, קאפא ראקאפפסקי, אויבער-קאפא בלאו, די מוסרים קובא און כאסקל, מיט וועלכע די דייטשן האבן זיך שטארק
פאראינטערעסירט, באזארגט זיי מיט עסן פון דער דייטשער קיך, מיט עפל, פאמעראנצן א.א.וו. נאך מער, מורא האבנדיק אז די דאקטוירים זאלן די צוויי ”געליבטע“ פאציענטן פריצייטיק
נישט אריבערפעקלען אויף יענער וועלט, צו וואס מיר האבן די דאקטוירים שטארק צוגערעדט, האט די פארוואלטונג פארלאנגט יעדן טאג א באריכט וועגן זייער געזונט-צושטאנד. מיט די עטלעכע פארבליבענע פלעצער האבן די דאקטוירים געמוזט באלאנסירן אויף דעם אופן, אז אין דער רעוויר-שטובע ערשט אריינגענומען קראנקע אויפן זעקסטן, זיבעטן טאג מיט טעמפעראטור, אז דער קראנקער איז שוין געפאלן פון די פיס און ארויסגעשיקט ווי נאר די חיץ האט אפגעטראטן.
אויך האבן די דאקטוירים נישט געטארט לאזן נאטירלעך שטארבן, א האפנונגסלאזן געמוזט ארויסגעבן דער ”חברה-קדישא“, ד.ה. די ”רויטע“, וועלכע האבן דעם קראנקן אוועקגעטראגן אין ”לאזארעט“. א דייטש האט אים צוגעשאסן און געווארפן אויפן פייער זיך ”פרעגלען“.
אן אויסנאם זיינען נאר געווען די יחסנים. אז אזא איינער איז געשטארבן, האט מען אים איינגעארדנט א לוויה און אים מקבר געווען לויט די יידישע מנהגים, אפילו מיט א קדיש און ”אל מלא רחמים“, וואס עס האט אפגעריכט מאיר קאפא.
נישט געקוקט אויף די אלע אנגענומענע מיטלען, איז פארט
נישט געלונגען צו דערהאלטן די נארמע און טאג-טעגלעך האט מען איינצלנע און גאנצע פארטיעס געפירט אין ”לאזארעט“ אריין. די קראנקע האבן צוליב מורא איבערהויפט אין דער
רעוויר-שטובע נישט געוואלט גיין. ווי ווייט איינער האט געקענט, האט ער זיך געשלעפט מיט 40 גראד היץ און מער, צו דער ארבעט. א גאר גרויסער טייל האט אויסגעהאלטן די קרענק און אינגאנצן נישט געווען אין דער רעוויר-שטובע. די דאקטוירים האבן זיך באמיט באאיינפלוסן די קאפאס אז זיי זאלן די קראנקע בעסער באהאנדלען, נישט שלאגן און ווי ווייט מעגלעך באשעפטיקן זיי ביי לייכטערע ארבעט. אזוי ווי אויפן פלאץ האט מען געמוזט זיין כסדר באוועגלעך און ס‘איז נישט געווען קיין מעגלעכקייט זיך אוועקצוזעצן, איז דער קלאזעט געווארן דאס אנגענעמסטע ארט פאר די קראנקע און זיינען דארט אפגעזעסן גאנצע טעג. די קאפאס האבן געקוקט דורך די פינגער. קיווע האט אבער נישט געקענט דעם היזק אויסשטיין און אוועקגעשטעלט א קלאזעט-שומר. אנגעטאן האט מען אים אין א טראכט פון א סינאגאגע קאנטאר, אן אכט-קאנטיקן הוט אויפן קאפ. אויף ליאלקעס באפעל האט ער זיך געמוזט פארלאזן א קורץ שפיציק בערדל. א גרויסן וועקזייגער האט דער פארשוין געטראגן אויפן ברוסט און א נאגייקע אין האנט. די אויפגאבן זיינען געווען נישט דערלאזן זיך אנזאמלען מער ווי 5 מאן. דער פראצעס פון דערליידיקן זיך טאר מער ווי צוויי מינוט נישט דויערן. אויסגעשמאטעט איז דער שומר געווען און פולמאכטן
צו לייגן איבער די קעפ מיט דער נאגייקע וויפל זיין הארץ האט
געגלוסט, די וועלכע האבן אים נישט געפאלגט. און אין שווערע פאלן האט ער איבערגעגעבן די נומערן פון די שולדיקע קיווען.
אזוי ארום איז ליקווידירט געווארן דער טרעבלינקער ”קלאזעט-סאנאטאריום“. צווישן די ערשטע קראנקע אנהויב ווינטער האט זיך אויך געפונען אונדזער פריינט הערשל קאטשקעוויטש פון ראדאמסק. ער האט דורכגעמאכט א שווערע און לאנגע קרענק. זייענדיק נאך פון דער היים באקאנט מיט דאקטער רייזמאן, האט ער גענאסן דאס, וואס דער דאקטאר האט אים געשענקט א סך אויפמערקזאמקייט, געדעקט א גאר לאנגע צייט אין דער רעוויר-שטובע. איך מיט זיגמונטן האבן זיך באמיט מיט אלע כוחות עס זאל אים פון גארנישט פעלן. מיר האבן פאר אים ספעציעל געקאכט און אים געפלעגט. ענדלעך איז ער פון דער קרענק ארויס און שטארק אפגעשוואכט, גענומען גיין צו דער ארבעט. דאקטער רייזמאן האט פאר אים אינטערווענירט ביי קאפא ראקאווסקי און דער האט אים אוועקגעזעצט אין א באראק צו טרענען פוטערס.
אזוי זיינען אוועק עטלעכע טעג. די אוונטן פלעגט ער פארברענגען מיט אונדז אין ווערקשטעל. מיר האבן אים ווייטער, ווי ווייט מעגלעך, געפלעגט, ער זאל וואס שנעלער קומען צו די כוחות.
א געוויסן טאג, געווען איז דאס, דאכט זיך, יאנואר,
הערשל קומט נישט צו קאלאציע. מיר גייען ארויס אים זוכן און דערוויסן זיך... אז הערשל וועט שוין צו אונדז אויף קאלאציע קיין מאל נישט קומען... דער ”קרומער קאפ“ האט אים מיט נאך
א גאנצע פארטיע פארנומען אין ”לאזארעט“ אריין.
א שווערן טיפוס האט אויך דורכגעמאכט אונדזער מיטארבעטער נחום עליאשעוויטש, און נאר א דאנק דעם, וואס ער האט שוין דעמאלט געהערט צום ווערקשטעל, האבן אים די שארפע נעגל פון ”קרומען קאפ“ נישט דערגרייכט.
ענדע מערץ האב איך אויך באקומען הויכע היץ. מיר האבן פארשטאנען, אז איך טאנץ מיט אויף דער חתונה. מיין ברודער איז געווען שטארק באזארגט וועגן מיר. איך האב געציטערט און געווען זיכער, אז איך וועל אים מיטשלעפן. מיר זיינען געשלאפן צוזאמען. ער איז אבער געבליבן פארשוינט. זעקס טעג בין איך ארומגעגאנגען. אויפן זיבעטן טאג האב איך שוין געמוזט אנקומען אין דער רעוויר-שטובע. איך האב מיך שוין אויף די פיס נישט געקענט האלטן. אלס בעל-מלאכה און ”האף-יודע“ האב איך מיך אין דער רעוויר-שטובע געקאנט פילן א ביסל זיכערער. דער פארלויף איז געווען א נארמאלער און נאך א וואך צייט, קוים זיך האלטנדיק אויף די פיס, בין איך צוריק אין ווערקשטעל.
אנהייב אפריל, בעת דאקטער כאראנזשיצקי איז געווען
פארנומען אין זיין קאבינעט, איז געקומען צו אן אינצידענט צווישן אים און ליאלקען, דער לעצטער זאל כלומרשט האבן געפונען געלט ביים דאקטער... וואס ס‘איז דארט ווירקלעך
פארגעקומען איז פארבליבן א סוד. כאראנזשיצקי איז ארויס אין דרויסן, אנגעכאפט א דאזע גיפט, וואס ער האט געהאט ביי זיך, און געבליבן טויט אויפן ארט. איך האב געזען, ווי מען האט אים שוין געשלעפט א טויטן ביי די פיס איבערן לאגער מיטן קאפ אין דער בלאטע, אים אוועקגעווארפן אויפן איינטרעטן-פלאץ, ווו ער איז געבליבן ליגן אן אויסגעשמירטער, ווי א קופע מיסט ביזן אוונט. ביים אנטרעטן האט ליאלקע איבערגעגעבן, אז ער האט ביים דאקטער געפונען געלט און מן-הסתם געהאלטן ביים אנטלויפן. דאס איז זיכער געווען א גראבער ליגן. כאראנזשיצקי, שוין אן עלטערער מענטש איז געווען אן ארנטלעכער טיפ אין טרעבלינקע.געקליידט פשות, נישט ווי די מערהייט, אויסגעמיטן געזעלשאפט, אפילו זיך נישט אונטערגעהאלטן מיט די איבעריקע דאקטוירים. באשיידן און איינזאם פלעגט ער זיצן אין די אוונטן אויף זיין פריטשע. א קראנקן, אויב עס האט זיך צו אים אזעלכער געווענדעט, רואיק און זאכלעך געראטן און אויב ס‘איז נויטיק געווען אויך א מעדיקאמענט מיטגעבראכט.
זיין ארט אין דער רעוויר-שטובע האט פארנומען דאקטער ריבאק, וועלכער איז געווען גראד דער היפוך פון כאראנזשיצקען. עלעגאנט געקליידט, שטענדיק מיט הומאר,
געשמאק און רירעוודיק געארבעט. אנטייל גענומען אין אלע
אויפנאמעס און פארוויילונגען, פארליבט זיך אין א יונגער פרוי, דענטיסטין פון ביאליסטאק. ער דערגייט אזוי ווייט, אז נאכטוענדיק דעם קאפא יורעקס און מוסר כאסקלס ביישפיל,
פראוועט ער מיט גרויס פאראד, פארשטייט זיך מיט דער הסכמה און מיטהילף פון דער דייטשער זייט, א חתונה מיט מוזיק און טענץ. עס זיינען אנוועזנד די גאנצע טרעבלינקער ס.ס. און יידישע עליטע. מען שטעלט א חופה, מאיר קאפא איז מסדר קידושין און זינגט פארשיידענע חזנישע שטיק. גאלד מיט דער קאפעלע שלאפן אויך נישט.