Keyboard shortcuts

Press or to navigate between chapters

Press S or / to search in the book

Press ? to show this help

Press Esc to hide this help

קאפיטל 7  

 

         אנהייב 1943 ווערן טראנספארטן, ווי שוין געזאגט, זעלטענער. עס קומען אריין עטלעכע בולגארישע טראנספארטן. די אויסגעליידיקטע באראקן און מאגאזינען ווערן אויף ס‘ניי פארפאקט מיט ”לומפן“, עסנווארג און פאפיראסן, וואס די בולגארן האבן מיטגעבראכט אין גאר גרויסע מענגעס. דאס אלץ ווערט אבער שנעל אויסאראירט און ארויסגעשיקט. די צאל ארבעטער אין לאגער ווערט רעדוצירט ביז ארום 750. די ארבעט איז שוין אפגעטאן און די פארבליבענע מוז מען פארזארגן מיט פרישע ארבעט. דאן נעמט זיך די פארוואלטונג און ספעציעל ליאלקע צו מאכן פון טרעבלינקע א ”לייט“, זי זאל

 

 

 

 

זיך נישט האבן צו שעמען פאר דער וועלט. עס ווערן געשאפן און אויסגעפלאסטערט מיט געהאקטן שטיין גאנצע גאסן און

וועגן. זיי ווערן אנגערופן מיט פארשיידענע נעמען, ווי צ.ב. ”קורט זיידל שטראסע“, אויפן נאמען פון דעם שעף פון דער שטראסן-בוי קאלאנע. ”זידלערשטראסע“ ווערט אנגערופן דער וועג, וואס פירט אין לאגער 2 א.א.וו. עס ווערן אויפגעשטעלט בלאקן, באראקן פאר די אוקראינער. איבערן איינגאנג צום שיין פלאנירטן הויף הענגט א גרויסע שילד מיטן אויפשריפט: ”מאקס ביעלא קאזערנע“. ער איז געווען דער ס.ס.-מאן וועלכן דער  ווארשעווער ייד איזאק בערלינער האט געהרגעט. פארגעקומען איז דער פאל אין סעפטעמבער 1942 בעתן אנטרעטן. אויפן פלאץ זיינען פארזאמלט אלע ארבעטנדיקע יידן, דייטשן און אוקראינער. מיטאמאל טרעט ארויס פון דער ריי איזאק בערלינער, א ייד שוין ארום די פופציקע, געארבעט אין טרעבלינקע אין דער קאלומנע ”גאלד-יודן“, דערנענטערט זיך שנעל צו איין ס.ס.-מאן און רוקט אים אריין א מעסער אין רוקן, פון וואס יענער פאלט טויט אויפן ארט. אלע דייטשן זיינען אנטלאפן פון פלאץ. זיי האבן געמיינט אז זיי האבן פאר זיך אן ארגאניזירטן אויפשטאנד. דער ערשטער איז צוריק אויפן פלאץ אנגעלאפן ליאלקע מיט א גראנאט אין האנט. די יידן אויפן פלאץ זיינען אבער געשטאנען רואיק. דאן האט מען בערלינערן פשוט מיט ווידלעס צעריסן און אויפן נאמען פון אט דעם דערהרגעטן ס.ס.-מאן ביעלא זיינען איצט אנגערופן געווארן די אוקראינישע

בלאקן.

 

 

 

 

         די דייטשן האבן איינגעארדנט זייערע וווינונגען מיט גרויס קאמפארט, ספעציעלע צימערן פאר געסט. עס איז אויפגעבויט געווארן פאר זיי א באד מיט א טורעם פאר וואסער-לייטונג, וואו עס איז אוועקגעשטעלט געווארן א הויכער מאסט מיט אן ארויפגעצויגענער שווארצער ס.ס.-פאן, א גרויסע מאדערנע געמויערטע שטאל פאר פערד און בחמות, א שטעלכל פאר חזירים און אויך א גרויסער הויף מיט א באסיין און רוימען פאר געפליגל. עס איז געמאכט געווארן א גרויסער פארק און טירגארטן (זאאלאגישן גארטן) מיט א הערלעכן בנין פאר חיות און פויגל. ארום דעם לאגער, וואס האט פארנומען א גרויסן שטח, איז צווישן דעם פארקאן און זאשעקעס האט מען געמאכט גארטן פון גרינס. די ארבעטן האט אדורכגעפירט א קאלומנע גערטנער, אנגעפירט דורך א טשענסטאכאווער יידישן אינזשיניער-אגראנאם, סודאוויטש, און א דייטשישן שעף. עס זיינען נאך געגראבן געווארן צוויי פרישע ברינעמער אויפן אוקראינישן הויף און אינעם יידישן ”געטא“. אין טרעבלינקע, צוליב דער הויכער און זאמדיקער געגנט, איז דאס נישט געווען קיין לייכטע אויפגאבע. די ארבעטן זיינען אנגעפירט געווארן דירך חיים טיק, א נאווידווארער ברויעריי-אייגנטימער. ער האט אויך געבויט אייז און קארטאפל-קעלערן און איבערהויפט אנגעפירט א קאלומנע וואס האט געהאט די אויפזיכט איבער די מאגאזינירטע קארטאפל. דער טרעבלינקער שטח, וועלכן פריער

האט באדעקט אן אלטער סאסנע-וואלד, האט איצט באקומען גאר אן אנדער אויסזען. אלע פלעצער און שטחים

 

 

 

 

אויספלאנטירט און געשלאקעוועט. די ראמפע, ווו עס פלעגן אנקומען די טראנספארטן איז גאר זארגפעליק געווארן רעסטאוורירט. דער גאנצער פלאץ אויסגעגלייכט ווי א טיש, געשלאקעוועט און די גאנצע לענג באפעסטיקט מיט ווינקלען פון צענומענע זאשעקעס און געשווייסט דורך בערל קאט, אן אויסגעצייכנטער שלאסער און שווייסער פון טשענסטאכאוו. דער בערל האט אויך געמאכט אן אייזערנע שאנק לויטן פלאן פון אונטערשארפירער שמידט, וועלכער איז געווען שעף איבער די מעטאל-ווארשטאטן און הויפט-בויער פון דער פאבריק אין טרעבלינקע. אין דער שאנק האבן זיך געפונען עטלעכע פאליצעס ווי רושטן. אויף א ספעציעלער פאליצקע האט זיך געפונען א קליין פלעשעלע מיט בענזין און שוועבעלעך, אונטן דאקעגן איז געלעגן א גרויסע גלעזערנע פלאש מיט עטלעכע ליטער בענזין. איבער דער גרויסער פלאש האט זיך געפונען א געוויכט צוגעבונדן צו א שנור, וועלכע איז אויסווייניק געווארן באפעסטיקט. אוועקגעשטעלט איז די שאנק געווארן אין דער פארוואלטונג. אויף די רושטן-פאליצעס זיינען געהאלטן געווארן די געהיימע טרעבלינקער דאקומענטן. פון דער שאנק איז דורכן דאך ארויסגעגאנגען א רער אין דרויסן, ווי ביי אן אויוון. ס‘האט געזאלט דינען דעם ציל: ביי אן עווענטועלן פלוצלונדיקן איבערפאל צו קענען שנעל און פולשטענדיק פארברענען די נישט באקוועמע דאקומענטן. דעמאלט

האט געזאלט אויסגעגאסן ווערן דער אינהאלט פונעם קליינעם פלעשעלע, די טירן פון שאנק הערמעטיש פארמאכט, דעם שנור

 

 

 

 

אפגעלאזט, דאס געוויכט אינעווייניק פאלט אראפ און צעברעכט די גרויסע פלאש, דער בענזין פלאקערט זיך פאנאנדער און פארברענט די דאקומענטן.

 

         דער גאנצער פלאץ איז געווארן טענדענציעז דעקארירט. אזוי, צ.ב. איז אויפגעהאנגען געווארן א גרויסער שילד: ”סטאציאן-אבערמיידאן“, נישט טרעבלינקע. א גרויסע פייל ווייזט צום טויער פון טראנספארט-פלאץ און אינפארמירט: ”פארבינדונג נאך ביאליסטאק און וואלקאוויסק“, צו די טירן און פענצטער פון די באראקן, וועלכע שטייען לענג אויס דער ראמפע און דינען אלס מאגאזינען פאר מלבושים און שטאפן פונעם טראנספארט, ווערן צוגעקלאפט אויפשריפטן ווי: ”ווארטע-זאל 1-טע קלאסע, 2-טע קלאסע, 3-טע קלאסע“. איבער א גרעסערן פענצטער הענגט די אויפשריפט ”קאסע“. אין דער זייט א גרויסע געדרוקטער פארפלאן פון דער סטאציע ”אבערמיידאן“. אויף אנדערע פענצטערלעך די אויפשריפטן: ”אינפארמאציאנס-דינסט“, ”סטאציאן-פארוואלטער“, א.א.וו. אויף די ווענט, פיילן מיט אויפשריפטן: ”צום טואלעטע“. צום אויטא-גאראזש ווערט צוגעקלאפט א פיקטיווע טיר און איבער איר א שילד ”באן-מייסטעריי“. אויף אן אנזעעוודיקן ארט ווערט אויפגעהאנגען א פיקטיווער זייגער מיט א דיאמעטער פון 70 סענטימעטער. דאס אלץ איז, פארשטייט זיך, נישט מער ווי

דעקאראציע וואס זאל דינען די אנקומענדיקע טראנספארטן אריינצופירן אין א טעות און מאכן דעם איינדרוק אז דאס איז

 

 

 

 

נאר אן איבערגאנגס-סטאציע.

 

         ליאלקען איז דאס אלץ ווייניק. ער זוכט כסדר צווישן די טראנספארטן קריצער, ביז ענדלעך ביים ווארשעווער טראנספארט פון יאנואר פאקט ער צוויי אזעלכע. איינער פון זיי איז גאר א באגאבטער בעל-מלאכה. דאס ערשטע באקומען זיי די אויפגאבע צו שאפן א ריי אילוסטרירטע וועג-ווייזער, וועלכע ווערן אוועקגעשטעלט אויף די טרעבלינקער גאסן און וועגן. אויף דער גאס וואס פירט צו דער ראמפע ווערט אוועקגעשטעלט אזא כלי מיטן אויפשריפט ”צום באן-האף“ און שטעלט פאר יידן מיט בערד און ברילן שלעפן זיך מיט פעקלעך צום באן. אויפן וועג צום שטאל און געפליגל-הויף, א וועגווייזער מיט פארשיידענע בהמות און עופות מיט א פאסטוך אינמיטן און אויפשריפט ”צום פיך-האף“. ביי די אוקראינישע באראקן - ”צום קאזערנע“ מיט מארשירנדיקע סאלדאטן. אויפן וועג צו אונדזער הויף - און אויפשריפט ”צום געטא“ מיט יידן וואס טראגן אויף די אקסלען שפאדלס, האמערס צו האקן שטיינער, און קילאפן.

 

         אלע אונטערנעמונגען אויף דער הויפט-גאס, דאס איז די ”קורט זיידל-שטראסע“, ווערן פארזען מיט בולט-געשניצטע עמבלעמען לויטן מוסטער פון מיטלאטער. אזוי ווערט, צ.ב.,

פאר דער בעקעריי, וועלכע איז לעצטנס געווארן אויפגעבויט און מיט גרויס לוקסוס איינגעארדנט, אויסגעהאנגען א גרויסער

 

 

 

 

פון האלץ געשניצטער און לאקירטער ראגאל, וועלכער מאכט דעם איינדרוק פון ווירקלעכן. פאר דעם דייטשישן פריזיר-אנשטאלט, דריי פאלירטע מעשענע טאצן, ביים דענטיסט, א גרויסער געשניצטער באק-צאן, א.א.וו. איבערן איינגאנג צום געפליגל-הויף איז אוועקגעשטעלט געווארן א שיינער, פון האלץ-געשניצטער האן.

 

         איצט האט זיך אונדזער קריצער גענומען אויסהאקן פון שטיין א זשאבע. אין טירגארטן האט געזאלט געבויט ווערן א באסיין, די זשאבע אינמיטן און פון איר פיסק דארף שפריצן א פאנטאן. די כלי איז פארטיק געווארן און האט פארגעשטעלט א פרעכטיק שטיקל ארבעט. ביים אויסהאקן דעם רינג פון שטיין וועלכער האט געזאלט ארומנעמען דעם באסיין, איז אויסגעבראכן דער אויפשטאנד, טרעבלינקע איז אוועק מיטן

רויך און נעבעך א תל געמאכט פון ליאלקעס שיינע חלומות און פלענער.

 

         נישט געקוקט דערויף, וואס ביי אונדז אין לאגער 1 זיינען געווען טעטיק איבער פופציק מענער מיט די פארשיידנסטע פאכן, האט מען נאך יעדן טאג געבראכט צופירן פון לאגער 2 דעם בוי-מייסטער וויערניק, א קינסטלער אין זיין פאך מיט צוויי געהילפן, וועלכע האבן גענומען בויען א וואך-שטובע און דעם הויפט-טויער. די ארבעט איז פארטיק געווארן און עס איז געווען אויף וואס צו קוקן. די וואכשטובע, ווי דער טויער מיט

 

 

 

 

צוויי קליינע דורכגענג, זיינען געווען עפעס הערלעכס. אלץ געהאלטן אין מיטלאלטערלעכן סטיל, אפילו די אינעווייניקסטע אויסשטאטונג איז געווען פון מיטלאלטער.  מיר, אין אונדזער בלעכער-ווערקשטעל, האבן צוגעארבעט פון דיקן אייזנבלעך ספעציעלע געהעמערטע לאנטערנעס, וועלכע זיינען אויפגעהאנגען געווארן אויף שווערע אייזערנע קייטן איבערן טויער און איינגאנג צו דער וואכשטובע. איבערן טויער - א שיינע אייזערנע באפוצונג וואס האט געקאסט א סך ארבעט און מי אונדזער שמידער-מייסטער הערשל יאבלקאווסקי פון סטאק.

 

         אזוי גוט ווי פריער ביים איינארדענען די ”פאבריק“, אזוי איצט ביי די פארשענערונגס-ארבעטן האבן די דייטשן אריינגעלייגט דעם גאנצן חוש זייערן. דער הויפטשטורעמפירער אליין האט אונדז אפט באזוכט אין ווערקשטעל, געגעבן

אנווייזונגען און קאנטראלירט דעם גאנג פון דער ארבעט. אלע נויטיקע בוימאטעריאלן צו די פארשיידענע ארבעטן האבן די דייטשן חלילה ניטש געקויפט, אלץ איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון אויסליידיקן די יידישע געשעפטן און דערווארבענע מאטעריאלן פון די צענומענע יידישע הייזער אין דעם נאענטן שטעטל קאסעווע. עס איז אומנויטיק, דאכט זיך מיר, צוצוגעבן אז די אלע ארבעטן זיינען דורכגעפירט געווארן אויסשליסלעך

דורך יידישע הענט.