Keyboard shortcuts

Press or to navigate between chapters

Press S or / to search in the book

Press ? to show this help

Press Esc to hide this help

קאפיטל 8

 

         אין דער צייט ווען ביי אונדז אין לאגער 1 איז אנגעגאנגען דער פראצעס פון בויען און אויסשענערן זיך, האט דער לאגער 2 אינטענסיוו געארבעט ביים אויסגראבן און ברענען די ערשטע ווארשעווער קרבנות. עס האבן זיך דארט געפונען עטלעכע פאנטאסטיש-גרויסע און טיפע מאסן-קברים אין וועלכע עס זיינען געווען אנגעלייגט שיכטנווייז אין די צענדליקער טויזנטער דערמארדעטע. יעדער שיכט קערפערס איז פארשאטן געווארן מיט כלארעק, וועלכער איז אנפאנגס אנגעקומען וואגאנענווייז. כדי צו פארווישן יעדן שפור, האט מען זיך איצט

גענומען די קערפערס אויסגראבן און ברענען. דאס איז נישט געווען קיין לייכט שטיקל ארבעט. חדשים לאנג האבן דריי באגערס גערוישט פון פיר אזייגער פארטאג ביז אוונט. די

 

 

 

 

ארבעט איז אנגעגאנגען אין צוויי שיכטן מיט גרויסער אינטענסיווקייט. די באגערס האבן כסדר ארויסגעווארפן זאמד

מיט קערפער-טיילן וועלכע האבן געמוזט זארגפעליק אויסגעגראבן ווערן און אויף טראגעס אוועקגעטראגן אין גרויסן אויוון צום פארברענען. אז א גרוב איז פארענדיקט געווארן האט מען עס גלייך פארשאטן, אויסגעגלייכט און ווי עס וואלט גארנישט געווען. די דייטשן האבן געבראכט בראנפן, געטרונקען ”ביזן לעצטן יודע“ און דריי מאל אויסגעשאסן א וויוואט.

 

         די גריבער האבן אין גאנצן נישט געקענט אויסגערייניקט ווערן צוליב דעם וואס עס האט זיך אונטן אנגעזאמלט בלוט און וואסער. עס זיינען אוועקגעשטעלט געווארן מאטאר-פאמפעס צום שעפן. מיט די לעצטע עטלעכע מעטער האט מען זיך אבער קיין עצה נישט געקאנט געבן און אזוי זיינען די גריבער פארשאטן געווארן.

 

         דארט, אין דעם לאגער 2, האט זיך אויך געפונען די באד... דאס איז געווען א גרויסער בעטאן-בנין, וועלכער איז געשטאנען אויף א צעמענטענער ראמפע. אויפן דאך האט זיך אויך פון ווייטן געזען א מגן-דוד פון האלץ. אינמיטן בנין

האט זיך געפונען א קארידאר. דער אריינגאנג איז געווען פארהאנגען מיט א רויטן פארהאנג. אינעם קארידאר האבן זיך געפונען קליינע איינגענג אין די קאבינעס, דורך וועלכע עס

 

 

 

 

זיינען אריינגעלאזט געווארן די מענטשן פונעם טראנספארט. אין דרויסן אויף דער ראמפע האבן זיך געפונען גרויסע עפענונגען פארמאכטע מיט קלאפעס פון אויבן אראפ, פארלייגט מיט פרענטן און פעסט פארקלינעוועט. די ווענט אינעווייניק ביזן העלפט און אויך די פאדלאגעס, וועלכע זיינען געבויט געווארן א ביסל משופעדיק, זיינען אויסגעלייגט מיט גלאטע קאכלעס. פונעם סופיט זיינען אראפגעהאנגען עטלעכע נאטריסקן (באשפריצערס) און אין מיטן דעם סופיט א פענצטערל.

 

         דער טראנספארט לאזט אלץ איבער, וואס ער ברענגט מיט זיך, ווי שוין געזאגט, אינעם לאגער 1. דארט ווערט מען אויך אויסגעטאן. די פרויען, שוין נאקעטע, ווערן אויסגעזעצט אויף לאנגע בענק און אפגעשארן. ביי דער ארבעט זיינען באשעפטיקט אן ערך 40 פריזירער. די האר ווערן דאן געפארעט אין א דאמף-קעסל, ספעציעל צו דעם צוועק אראפגעבראכט, געפאקט אין באלן און צוזאמען מיט די מלבושים און אנדערע סחורות אפטראנספארטירט.

 

         אין לאגער 2 קומען שוין די קרבנות אן נאקעט און אפגעשארן, זיי ווערן גלייך אריינגעדרענגט אין די קאבינעס. דא ווערט שוין נישט געמאכט קיין אונטערשייד, מענער, פרויען

און קינדער. אלץ ווערט צוזאמענגעפאקט אין די קאבינעס ביז איבער די ברעגעס, אז שוין פון בלויזן געדראנג קען מען

 

 

 

 

דערשטיקט ווערן. דאן ווערן זיי הערמעטיש פארמאכט, דער מאטאר געלאזט אין באוועגונג, מיט ספעציעלע ווענטילאטארן ווערט די לופט פון אינעווייניק ארויסגעצויגן און אריינגעפרעסט דעם גאז פון דער פארברענטער ראפע. ארום צען מינוט הערן זיך פון אינעווייניק אויסגעשרייען, נאך דעם ווערט שטיל. דער גאנצער פראצעס פון אריינקומען אין לאגער ביז צום אויוון דויערט ארום א האלבע שעה. דער גרעסטער טייל אין די קאבינעס באקומט בלוט-אויסגאסן. אז דער דייטש, וועלכער קאנטראלירט דעם גאנג פון דער ”ארבעט“ דורך די פענצטערלעך אינעם סופיט שטעלט פעסט, אז די מאסע איז שוין טויט, ווערן די קלאפעס אויף דער ראמפע אויפגעהויבן, די קערפערס שיטן זיך ארויס און ווערן דאן קאנטראלירט דורך אן עלטערן ייד פון טשענסטאכאוו, גערופן ”דער דענטיסט“. ער רייסט ביי זיי ארויס די גאלדענע און מעטאלענע ציין. שפעטער ווערן די קערפערס אויף טראגעס, איינער הינטערן אנדערן, אפגעטראגן צום אויוון, ווערן געשליידערט אויפן פייער און פארברענט. דאס אנגעזאמלטע בלוט אין די קאבינעס פליסט אפ אין ספעציעלע צו דעם צוועק אויסגעגראבענע גריבער. קאבינעס זיינען דא צען, פיר גרויסע און זעקס קלענערע.

 

         קיין צוטריט צום לאגער 2 האבן מיר, ווי שוין באמערקט, נישט געהאט. קוים האט ווער פון אונדז דורך א צופאל

אריבערגעטראטן די גרענעץ, האט ער שוין צו אונדז נישט געקענט צוריקקערן און געמוזט פארבלייבן דארט אינעם צווייטן

 

 

 

 

לאגער. די אינפארמאציעס וועגן דער איינריכטונג און פראצעדור האב איך באקומען אין דער ערשטער ריי פון הערשל יאבלקאווסקי, א זייער סאלידער און באלעבאטישער מענטש מיט וועלכן איך האב לאנגע חדשים געארבעט אין איין ווארשטאט, ער אלס שמידער און איך אלס בלעכער. ער איז אנגעקומען קיין טרעבלינקע דעם 18.6.1942, א שטיק צייט איידער עס איז אנגעקומען דער ערשטער טראנספארט. לויט אים איז דער ערשטער טראנספארט אנגעקומען תשעה-באב, 1942סטן יאר. ער האט אנטייל גענומען אין צוגרייטן דעם ערשטן מאסן-קבר. קיין באגער איז נאך דעמאלט אין טרעבלינקע נישט געווען. שפעטער אלס שמידער האט ער אנטייל גענומען אינעם בויען די באד. דעמאלט איז נאך אלץ געווען איין לאגער. מיט א טאג פארן אנקומען פונעם ערשטן טראנספארט, איז דער לאגער צעטיילט געווארן אויף 1 און 2. ער, אלס פאכמאן, איז צוגעטיילט געווארן צום לאגער 1.

 

         א בינטל אינפארמאציעס וועגן לאגער 2 האט מיר אויך געגעבן שמעון גאלדבערג, א טישלער פון ראדאמסק, געארבעט אין לאגער 2 פיר חדשים. בעתן אויפשטאננד אנטלאפן און נאך צען חדשים האבן מיר זיך געטראפן אין וואלד.