קאפיטל 9
דער געדאנק און שטארקער ווילן ארויסצורייסן זיך פון דעם גיהנום טרעבלינקע, האט דורך דער גאנצער צייט נישט אויפגעהערט נורטעווען די ברייטסטע שיכטן אינעם לאגער. אין אנפאנג, ווען די טראנספארטן זיינען נאך געגאנגען, האבן די ”האף-יודן“, וועלכע זיינען געווען ספעציעל פריווילעגירטע און בעסער באהאנדלט ווי דער איבעריקער עולם, נישט געהאלטן פון לויפן. וואס ווייטער האבן זיי זיך ארומגעזען אז זיי זיינען אויך נישט מער ווי יידן און שפעטער אפילו דעם אקטיווסטן אנטייל גענומען אין צוגרייטן דעם אויפשטאנד, האבנדיק דערצו גרעסערע מעגלעכקייטן ווי די אנדערע.
שוין אין די ערשטע ווינטער-חדשים, פארברענגנדיק די אוונטן אין אן ענגן קרייז פריינד אין דעם טישלער-ווערקשטעל,
צו וועלכן עס האט געהערט מרדכי, אן ארנטלעכער און נישט קיין נארישער יונגערמאן פון לעגיאנאווע, געארבעט אין חיים טיקס קאלומנע ביי די קארטאפל, בערל בארנשטיין מיט זיין פאטער, אויך פון לעגיאנאווע, א טישלער, געארבעט אין ווערקשטעל. דער לעצטער, א זייער ארנטלעכער און שטילער מענטש, איז קראנק געווארן אויף טיפוס און איז געשטארבן. אין דער גרופע זיינען נאך געווען שמחה ווילק פון ווארשע, אויך א טישלער, א קאמפס-לוסטיקער און נישט קיין נארישער חברה-מאן, און דער פארארבעטער אדאלף, א לאדזשער, א דורכגעטריבענער מענטש פון א יאר עטלעכע און דרייסיק, וועלכער האט בארייזט א וועלט און סוף כל סוף אריינגעפאלן קיין טרעבלינקע. אין איינעם פון די אוונטן האט מרדכי אנגעווארפן א פלאן ארויסצורייסן זיך פונעם לאגער, און עס האט לויט אים געזאלט פארקומען אויף דעם אופן: אזוי ווי כמעט יעדן אוונט קומען אריין עטלעכע דייטשן אין דעם שניידער-ווערקשטעל הערן מוזיק און א ביסל זיך פארוויילן, זאל געשאפן ווערן א קאמפס-גרופע וועלכע זאל זיך געפינען א וואך ביי דער טיר, וואס האט זיך גאנץ אפט פראקטיצירט און וואלט נישט געווען פארדעכטיקט, זיי זאלן נישט צולאזן קיין צו גרויסן עולם און נישט געווונטשענע געסט. אין א געוויסן מאמענט זאל די קאמפס-גרופע באפאלן די דייטשן און שטילערהייט זיי דערמארדן און צונעמען דאס געווער. דערנאך זאל זיך איינער איבערטאן אין א דייטשישן מונדיר, אריינרופן
איינעם פון די אונדז באוואכנדיקע אוקראינער, אים אוועקלייגן,
אריינרופן א צווייטן, א דריטן. פטור געווארן פון דער וואך, צוזאמענעמען דעם עולם און שטילערהייט זיך ארויסשארן פון לאגער. דער פלאן האט געקלונגען א ביסל פאנטאסטיש און האט נישט געפונען צו פיל אנהענגער. מיט דער צייט אבער האט זיך נישט אזוי ווייט דער פלאן, ווי דער געדאנק וועגן אן אויפשטאנד ביסלעכווייז רייף געווארן. עס איז געשאפן געווארן א קליינער קאמיטעט, וועלכער האט אדורכגעווארפן פארשיידענע פלענער. ענדלעך, ענדע מערץ, איז אנגענומען געווארן די דעציזיע וועגן א באוואפנטן ארויסטריט. צווישן די צוויי דייטשישע באראקן האט זיך געפונען א קליינער געמויערטער בנין, וואס איז געווען די דייטשישע באד און דער געווער-מאגאזין, פארמאכט מיט א שווערער אייזערנער טיר. די טיר ווי דער שלאס האט מען געמאכט אין אונדזער שלאסעריי. איינצייטיק איז אויך אויסגעארבעט געווארן א רעזערוו-שליסל, וועלכער איז שפעטער איבערגעגעבן געווארן דעם קאמיטעט. דאס האט דערלויבט צו עפענען און אויך צו פארמאכן דעם מאגאזין מ‘זאל אין דרויסן גארנישט באמערקן. מ‘האט נאר געמוזט אכטונג געבן צי עס קומט נישט אן א דייטש און ספעציעל קיווע, וועלכער איז כסדר ארומגעלאפן אויף זיין ראווער און געווען אין יעדן ווינקל.
די דייטשישע שטובן זיינען ביי טאג געווען אין גרעסטן
טייל ליידיק, די דייטשן פארנומען אויף זייערע פאסטנס. אין די באראקן זיינען נאר געווען עטלעכע אוקראינקעס, באשעפטיקטע
אין קיך און ביים רוימען די צימערן און עטלעכע יידישע יינגלעך - שטיוול-פוצער, געארבעט מיט מארקוסן, א 20 יאריקן אומדערשראקענעם, ענערגישן ווארשעווער בחור.
עס איז באשטימט געווארן דער טאג און שעה. באלד אין דער פרי האט דער אויבנדערמאנטער מארקוס ארויסגענומען צוויי קעסטלעך גראנאטן פון דער אלגעמיינער צאל, וואס האט זיך דעמאלט געפונען אין מאגאזין, און זיי איבערגעגעבן דעם קאמיטעט, וועלכער איז דעמאלט באשטאנען פון קאפא קורלאנד, חיימ טיק, זאלצבערג, א קעלצער קאנפעקציאנער, א זייער קלוגער און דערפארענער מענטש פון א יאר עטלעכע און פערציק, געארבעט אין דעם שניידער-ווערקשטעל. ער האט אויך געהאט אין טרעבלינקע זיינע צוויי זין: העניעק, פון א יאר 13, געפוצט שטיוול אין די דייטשישע באראקן און וועלוול, פון א יאר 17, געארבעט אין דער יידישער וועשעריי. אינזש. גאלעווסקי און די קאפאס האבן זיך אפגעהאלטן פון מיטארבעט, אבער נישט געשטערט.
די ידיעה וועגן ארויסטריט, וועלכער האט געדארפט פארקומען 5 פארנאכט, האט זיך בליץ-שנעל פארשפרייט איבערן לאגער. צוליב דעם, וואס כמעט דער גאנצער לאגער האט דערוועגן געוווסט, איז די געפאר וועגן א מסירה געווען גרויס. עס איז אבער דעמאלט צו קיין דענונציאציעס נישט געקומען.
טרעבלינקע האט געקאכט. יעדער, מיט וואס איינער האט נאר געקאנט, האט זיך געגרייט צום קאמף.
די ווארשטאטן האבן אייפערדיק אויסגעארבעט פארשיידענע קאמפס-מכשירים, די נערוועזיטעט - אומגעהייער. הערשל יאבלקאווסקי, דער שמיד, א רויקער און באלעבאטישער מענטש, האט א גאנצן טאג איבערגעארבעט פיילן אויף קינזשאלן, געשארפט מעסערס און העק. מיר האבן צוגעגרייט א גרויסע צאל האנט-שפריצן און אנגעפילט גלעזערנע מאניערקעס (פעלדפלעשער) מיט וויטריאל, וועלכע מיר האבן צוגעגרייט כלומרשט צום ווייסן די קעסלען. איך, נאר וואס ארויס פון דער רעוויר-שטובע, קוים זיך האלטנדיק אויף די פיס, האב אנגעשטרענגט מיטגעארבעט ביים אויספארטיקן די שפריצן, וועלכע זיינען צוזאמען מיט די מאניערקעס פארטיילט געווארן.
אין לעצטן מאמענט, אבער, איז דער ארויסטריט אפגערופן געווארן, ערשטנס צוליב דעם וואס די גראנאטן זיינען געווען אומבאנוצבאר - אין דריטן קעסטל, וואס איז פארבליבן אין מאגאזין, האבן זיך געפונען די צינדערס, און אויך דערפאר, וואס אין לעצטן מאמענט האבן א סך קאלומנעס, צוליב פארשיידענע טעמים, אפגעזאגט זייער אנטייל. א גרויסער טייל איז צוליב דעם אויסגאנג געווען פארביטערט און אנטוישט. אנדערע ווידער, האבן די ידיעה אויפגענומען מיט פארלייכטערונג.
ענדע אפריל, צי אנפאנג מאי, איך געדענק נישט גענוי, איז ווידער אמאל באשטימט א טאג צום ארויסטריט. גראד דעם טאג איז אנגעקומען דער לעצטער טראנספארט נאך דער ליקווידאציע
פונעם יידישן געטא אין ווארשע. א גרויסע גרופע מענער און פרויען פונעם טראנספארט זיינען דעמאלט אונדז צוגעטיילט געווארן צו דער ארבעט. זיי האבן איבערגעגעבן פרטים וועגן די קאמפן אין ווארשע, זיינען געווען פעסימיסטיש געשטימט. עס איז נישטא ווו זיך אהינצוטאן און אויסצובאהאלטן. די איבערמאכט איז גרויס. מיט איין ווארט, זיי האבן אונדז אראפגעקלאפט פון קוראזש און עס איז געבליבן ביים אלטן. דערנאך איז שטיל געווארן. מען האט מער נישט גערעדט וועגן קיין אויפשטאנד, עס האט שוין קיינער נישט געגלויבט אין דערפאלג. מ‘האט ווידער אנגעהויבן שפינען אינדיווידועלע פלענער צו אנטלויפן.
זיגמונד, איך, אונדזער פריינד מאניעק הערשקאוויטש, אייגנטימער פון דער לאדזשער קאנסערוון-פאבריק ”דעליקאט“ האבן באשטימט צו אנטלויפן. דער פארקאן ארום אונדזער געטא איז שוין דעמאלט געווען פארטיק. די עלעקטרישע לאמפן ארום אונדזערע באראקן אויך אויפגעשטעלט, זיי האבן אבער נאך נישט געהאט קיין שטראם-פארבינדונג. מיר האבן געזאלט אויסניצן די פינצטערניש. ארבעטנדיק אויף די דעכער, האב איך ארויסגעצויגן די נעגל פון איינעם פון די דאך-פענצטער אין דעם שניידעריי-ווערקשטעל, אזוי, אז מען האט עס פון
אינעווייניק געקענט לייכט עפענען, אריינשלאגן האקעס אין פארשיידענע פונקטן פון דאך, שטריק צו פארלייגן. איך מיט זיגמונדן האבן געזאלט ארויס פון באראק ארום 12 ביי נאכט
ווען אלץ איז געשלאפן, דורך דער וואנט, וועלכע איז באשטאנען פון פאלן, גענוג אפגערוקט איינע פון דער אנדערער, א מענטש זאל אדורך, און באקלאפט מיט פלושענע קאלדרעס און קאצן, האבן מיר געזאלט אריין אין שכנותדיקן מאגאזין און פון דארט אין דעם שניידער-ווערקשטעל, ווו מאניעק האט געזאלט ווארטן אויף אונדז, אויסבאהאלטנדיק זיך פארן פארמאכן זי. מאניעק איז געשלאפן אין קעגנאיבערדיקן באראק און וואלט ביי נאכט אהער נישט געקענט צוקומען. מיר האבן שוין מיט זיך אין באראק אלץ געהאט צוגעגרייט, געלט, שטריק פון דאך זיך אראפצולאזן, ספרענזשין-צוואנגען דראט צו האקן א.א.וו. הערקאוויטשן אבער, איז אין דעם ווערקשטעל נישט געלונגען צו בלייבן. עס האט אים באמערקט דער דיזשורירנדיקער דייטש, וועלכער האט שליסנדיק דעם ווערקשטעל גענישטערט אין אלע ווינקלען. זיגמונד האט געוואלט מיר זאלן גיין אין צווייען, איך בין געווען נישט דעצידירט און אין לעצטן מאמענט האט מיר אויסגעפעלט מוט דערצו...
א שטיקל צייט שפעטער קומט צו אונדז א גרופע חברים און פראפאנירן אזא געשעפט: אזוי ווי ביז איצט האבן די אנדערע זייט וואנט פון אונדזער ווערקשטעל באוווינט
אוקראינער און איצט וועלן זיי זיך איבערטראגן אין די ספעציעל פאר זיי אויפגעשטעלטע באראקן, זאלן מיר אדורכשניידן די הילצערנע וואנט אדער גראבן א דורכגאנג הינטער דער וואנט. צוויי אוקראינער פון דער וואך וועלן זיין אפגעחורעשט
אין א באשטימטן אוונט. נאך פארן שליסן די ווערקשטעלן, אלע אנטיילנעמער, ארום 15 מאן, וועלן זיין פארזאמלט אין ווערקשטעל, וועלן די בלאטע וואכמענער אנקלאפן אונדז, אדורכפירן די דראטן און באזארגן מיט עטלעכע שטיק געווער. אין דער שפיץ פון דער אונטערנעמונג איז געשטאנען ראקאווסקי, וועלכער איז דעמאלט, צוליב זיינע גוטע באציאונגען מיט די דייטשן, שוין געווען לאגער-עלטסטער און אינזש. גאלעווסקי - קאפא. מיט די אוקראינער איז ראקאווסקי געווען אין די בעסטע באציאונגען, זיי האבן אים צוגעשטעלט פון שענסטן און בעסטן און ווי ער האט אמאל דערציילט, אים פשוט מיט גוואלד געוואלט ארויספירן פון לאגער. ער איז דעריבער געווען די גאראנציע, אז דאס שטיקל ארבעט קען זיך איינגעבן. מאכט זיך, אין דער זעלבער צייט קומט אריין צו אונדז אין ווערקשטעל דער ”קרומער-קאפ“ און נעמט מיט הערשלען, דעם שמידער-מייסטער, אין דער קאפא-שטובע, ער זאל די מאס נעמען אויף קראטן צום פענצטער און טרעפט ראקאווסקין מיט זיין פריילן ביים פרישטיק. אויפן טיש שטייט א פלאש בראנפן, ווייסע חלה, שינקע א.א.וו. דער ”קרומער קאפ“ רעדט זיך, ווי געוויינלעך, גאנץ געמיטלעך שמייכלענדיק: ”נו, ראקאווסקי, דו שפעקולירסט אויך?“ ראקאווסקי ענטפערט, ער
האט עס באקומען פון א וואכמאן. הערשל נעמט די מאס. דער ”קרומער קאפ“ גייט אוועק. ראקאווסקי מאכט זיך דערפון גארנישט. ער עסט אפ דעם פרישטיק און אלס לאגער-עלטסטער גייט ער ארויס זיך ארומצוקוקן וואס עס הערט זיך.
מיטן ”קרומען קאפ“ איז אבער נישט קיין געלעכטער. ער לויפט אוועק אין דער פארוואלטונג, מעלדעט וואס ער האט געזען און געהערט. עס דויערט נישט לאנג, ער קומט צוריק מיט צוויי צוג-וואכמענער, דאס זיינען מערסטנטייל אוקראינישע פאלקס-דייטשן. אין דער קאפא-שטוב איז קיינער נישטא. מען נעמט בודק זיין דאס געלעגער, מען רייסט אראפ די קאלדרעס פון די ווענט און מען געפינט דעם ריכטיקן אוצר: גאנצע טארבעס און כלעבאקעס מיט געלט און גאלד.
מען זוכט אפ ראקאווסקין, יענער פארטיידיקט זיך, אז ער ווייסט פון גארנישט, אז דאס האט נאך געמוזט כאראנזשיצקי באהאלטן. ד“ר כאראנזשיצקי איז אויך לעצטנס געשלאפן אין דער קאפא-שטובע, און דעמאלט שוין נישט געלעבט. עס העלפט אבער נישט. מען האלט אים באוואכט ביזן אוונט און דאן, אונטער א שטארקער שמירה פון עטלעכע צוג-מענער און דייטשן, אפגעפירט צום ”לאזארעט“ און דערשאסן.
דאס געלט האט ער אוודאי שוין געהאט צוגעגרייט פאר די וואכמענער און מיטצונעמען אין וועג אריין און ס‘האט אים
נישט געקענט איינפאלן, אז ביי אים, ראכאווסקין, דעם ליבלינג פון טרעבלינקע, וועט מען זיך דערלויבן צו זוכן. ער האט נאך געהאט מזל, דער ראקאווסקי, וואס ליאלקע איז גראד געהאט אוועקגעפארן, ווען נישט, וואלט ער זיכער געהאט דעם זעלבן סוף ווי שטערן. שטערן, א ווארשעווער יונגערמאן, א ריז,
געארבעט אלס גאלד-יודע, איז געווארן באשולדיקט אין ספעקולירן מיט די אוקראינער און אין ארויסגעבן זיי געלט. אן א גרויסע חקירה ודרישה האט אים ליאלקע אין דער פרי ארויסגענומען, ”צורעכטגעמאכט“ אזוי ווי ער קען, און אים אוועקגעזעצט ביים טויער פון געטא קוצבינדיק מיט די הענט איבערן קאפ, אלע דורכגייענדיקע זאלן אים קענען גוט אנקוקן. אוועקגעשטעלט איבער אים א שומר, דעם מסור בלאק-עלטסטן קובא, ער זאל נישט דערלויבן אים ענדערן די פאזיציע אין וועלכער ער האט אים אוועקגעזעצט, יעדע פאר מינוט צוגעקומען, אנידערגעווארפן דעם קרבן אויף דער ערד, געקאפעט מיט די פיס, געהאקט מיט דער נאגייקע. ס‘איז פון דעם מענטשן געבליבן א געשוואלענע, פליישיקע, מיט בלוט פארגאסענע מאסע, אים ווידער אוועקגעזעצט אין דער פריערדיקער פאזע און אזוי ביזן אוונט. ס‘איז גארנישט צו פארשטיין ווי אזוי דער מענטש האט אויסגעהאלטן אזא טאג. ביים אוונט-אנטרעטן האט ער אים נאך אריינגעציילט א פופציקער און ערשט אוועקגעטראגן אין ”לאזארעט“.
נאך ראקאווסקיס טויט האבן די וואכמענער מיט קיינעם
פון אונדז נישט געוואלט האנדלען און פון גאנצן עסק איז גארנישט ארויסגעקומען. דעם פאסטן פון לאגער-עלטסטן נאך ראקאווסקין האט צוריק איבערגענומען אינזש. גאלעווסקי.
עס גייט אוועק מאי, יוני, אין טרעבלינקע איז שטיל, ד.ה. שטיל איז נאר דער קאמיטעט, די געוואלדן און געשרייען פון די געשלאגענע, געפייניקטע ארבעטער זיינען גאנץ אפטע. קיווע איז עפעס ווי נאך ווילדער געווארן. אויף דער אנדערער זייט וואנט פון אונדזער ווערקשטעל, אין די אפגעליידיקטע אוקראינישע באראקן, האט געארבעט א קאלומנע טאפיצירער, אנגעפירט דורך א געוויסן פיאטעק, א מיאוסר נפש, וואס האט אראפגעבראכט אין טרעבלינקע א פרוי מיט זעקס קינדער און אויפגעפירט זיך ווי א לאבוזעוואטער יינגל, געזונגען די מיאוסטע און אויסגעלאסנסטע לידער, געפרעסן, געשיכורט און פארטשעפעט פרויען, וועלכע האבן אים אויסגעמיטן. קיווע, וועלכער איז אומעטום, קומט אריין צו די טאפעצירער און געפינט עפעס א חטא אויף צוויי יינגלעך. טוט זיי אויס אינגאנצן נאקעט, לייגט זיי קאפ צו א קאפ, אזוי, אז זייערע קערפער שאפן איין פארלענגערטע ליניע, און הויבט אן צו לייגן מיט דער נאגייקע. די געוואלדן הערן זיך ביי אונדז אין ווערקשטעל און זיינען אזוי שרעקלעך און מוראדיק, אז די הויט ווערט אויף אונדז גערונצלט. מיר האבן נאך אזעלכע יאמערלעכע געוואלדן אין טרעבלינקע נישט געהערט.
דעם זעלבן טאג האט ער אויך ”צורעכט געמאכט“ מיין פריינד מרדכי מיט נאך צוויי אנדערע, וועלכע ער האט חושד געווען אין ארויסגעבן קארטאפל פון קעלער, און עס איז גראד נישט אמת געווען. ער איינער האט זיי אלע דריי דורך א קורצער
צייט אזוי ”צורעכט געמאכט,, אז קיין איינעם פון זיי איז נישט מעגלעך געווען צו דערקענען. ערשט א דאנק דעם, וואס עס האט זיך אריינגעמישט דער הויפטשארפירער און עס האט זיך ארויסגעוויזן, אז זיי האבן קיין קארטאפל נישט ארויסגעגעבן, האט ער זיי ערשט אפגעלאזן. ווען נישט דער צופאל, וואלטן זיי זיכער פריער נישט ארויס פון אונטער זיינע הענט, ביז מ‘וואלט זיי געמוזט אראפטראגן אין ”לאזארעט“. עס איז גארנישט מעגלעך, אפילו א קליינעם טייל פון די אכזריותדיקע פאלן צו באשרייבן. זיי זיינען אין טרעבלינקע א טאג-טעגלעכע דערשיינונג און ציילן זיך אין די הונדערטער.
עס רוקט זיך אן יולי. פון די צייטונגען, וואס מארקוס שטעלט אונדז צו פון די דייטשן, און ווערן שטארק, זיך אויסהיטנדיק, געלייענט ביי אן ענגן קרייז אין ווערקשטעל, דערוויסן מיר זיך וועגן מוסאליניס מפלה, און אז די סאוועטישע ארמייען האלטן אפ גרויסע נצחונות. די אלגעמיינע איבערצייגונג איז געווען, אז אט-אט ברעכט דייטשלאנד צוזאמען. וואס פאר אן אויסגאנג די מלחמה זאל נישט האבן, איינס זיינען מיר זיכער געווען: לעבעדיק פון טרעבלינקע וועט מען אונדז נישט ארויסלאזן. ס‘איז דעריבער נישטא וואס צו
פארלירן. איצט זיינען שוין אויך די, וועלכע זיינען געשטאנען פון ווייטן און אפילו די, וואס זיינען געווען אין אפאזיציע, א חוץ א קליינעם טייל נידעריקע נפשות, וועלכע ס‘איז געלונגען גוט זיך איינצוארדענען און מער נישט אין זינען געהאט ווי פרעסן, שיכורן און נקבות... צו דעם האט דער לאגער 2 אן אויפהער אלארמירט, אז די ארבעט דארט ענדיקט זיך, דערנאך איז ווער ווייס...
צום פריערדיקן קאמיטעט זיינען דאן צוגעקומען אינזש. גאלעווסקי, אונדזער קאפא, פון די ”האף-יודן“ מאניעק, א ווארשעווער יונגער יינגל, נישט מער ווי א יאר 20, אבער גענוג קלוג, ענערגיש און זיך גוט אריענטירנדיקער. עס זיינען אריינגענומען געווארן נאך עטלעכע ענערגישע יונגעלייט. חיים טיק איז צוליב זיין באלעבאטישער און צוריקגעהאלטענער שטעלונג פון קאמיטעט געווארן אויסגעשלאסן. די באראטונגען זיינען מערסטנטייל פארגעקומען ביי אונדז אין ווערקשטעל. עס איז שטארק אפגעהיט געווארן די קאנספיראציע, אויף וויפל דאס איז מעגלעך געווען אין טרעבלינקע, ווו א קאמפאקטע מאסע איז געווען צוזאמענגעדריקט אויף א קליינעם שטח. דאך איז געלונגען ביזן לעצטן מאמענט צו האלטן בסוד פאר די ברייטע מאסן וועגן די ארבעטן פון קאמיטעט.
עס איז אויסגעארבעט געווארן א גענויער פלאן פון ארבעט. די אלע, וואס האבן געזאלט אנטייל נעמען אין דער
אקציע, זיינען פארטיילט געווארן אין פינפטלעך מיט אן אנפירער. יעדער פינפטל האט זיין באשטימטן אפעראציע-ארט און אויפגאבע. די גאנצע אקציע האט געזאלט פארקומען שטילערהייט און באשטיין פון פלוצלונגדיקע אומגעריכטע אנפאלן אויף דייטשן, אזוי, וועט באקאנט ווערן אז די אקציע האט זיך אנגעהויבן. דער מאגאזין ווערט פריער אויסגעליידיקט, דאס געווער צעטיילט אויפן פלאץ און באהאלטן. ביים אנהויב פון דער אקציע גייען די פינפטלעך פון די ווערקשטעלן מיט זייערע אנפירער איינציקווייז צו די דייטשישע באראקן, ווו עס ווערט זיי ארויסגעגעבן דאס געווער, וואס געפינט זיך אין די דייטשישע שטובן און פארנעמען די באשטימטע פלעצער. (אויבערפלעכלעך דארף די לאגער-ארבעט גיין נארמאל, די דייטשן זאלן זיך נישט כאפן, אז עס קומט עפעס פאר). עס קומט אריין א דייטש אין ארבעטס-באראק אויף א פלאצוווקע, אדער אין א ווערקשטעל, ווערט באפאלן דורך די אויפן ארט פאראנענע קאמפס-גרופן, שטילערהייט דערמארדעט און זיי ווארטן אויף א צווייטן. אז דער גרעסטער טייל וועט שוין זיין אפגערוימט, דארף זיך, לויטן פלאן ערשט זיך אנהויבן דאס ריכטיקע: די פארוואלטונג זאל באפאלן ווערן, די דייטשן אויסהרגענען און דעם טעלעפאן איבערשניידן. בענזין, אייל און ראפע ארויסגעלאזט פון די פעסער און דער גאנצער לאגער אונטערגעצונדן. די גרופעס וועלכע וועלן פון אנהויב אקציע פון זייערע באהעלטענישן האלטן די אוקראינישע באראקן אויפן אויג, פאלן דאן אריין אין זייערע קאשארן, אנטוואפענען זיי און
פארמאכן זיי אין א מאגאזין, אונטער א שמירה, די וואך-טורעמס באשאסן און אזוי ארום צווינגען די וואכן זיי צו פארלאזן. לויט קורלאנדס פלאן האט נאך געזאלט אויסגעשטעלט ווערן מאשין-געווער אויפן טויער וואס פירט דורך אונדזער לאגער צו דעם ארבעטס-לאגער טרעבלינטע, וועלכער ליגט א צוויי קילאמעטער פון אונדז, דעם אנקומענדיקן צוג אפשטעלן, די דייטשן און וואך-מענער אנטוואפענען און די ארבעטער באפרייען. נאכן פארענדיקן די ארבעט מארשירן אלע אין געשלאסענע רייען ארויס פון לאגער, פארשטייט זיך אז דער לאגער 2 דארף זיין אינפארמירט און אין דער צייט פון דער אקציע איז שוין נישטא קיין גרענעץ צווישן לאגער 1 און 2.
אזוי האט געדארפט אויסזען לויטן פלאן. די פראקטיק האט אבער געגעבן גאר עפעס אנדערש.
דעם 2 טן אויגוסט פאר מיטאג איז דער מאגאזין געווארן אויסגעליידיקט, דאס מאל שוין ביזן לעצטן שטיק. אויף די וועגעלעך פון דער בוי-קאלומנע, באלאדענע מיט ברעטער, ציגל און קאלך, איז דאס געווער אריבערגעפירט געווארן אויפן פלאץ און צעטיילט. די ארבעט אין די ווארשטאטן גייט אויך דאס מאל אינטענסיוו. מען גרייט צו צום האנט העק, מעסערס און אנדערע מכשירים. די נערוועזיטעט צווישן עולם איז גרויס, אויסערלעך אבער גייט די ארבעט נארמאל. דער אנהויב איז
געווען באשטימט אויף פינף פארנאכט. דעמאלט האבן מיר, באשעפטיקטע אין די ווערקשטעלן, געזאלט גיין צו די דייטשישע באראקן, באקומען געווער און פארנעמען די אנגעוויזענע ערטער. ארום 4 א זייגער קומט קיווע אן צו אונדז אויפן הויף. דער בלאק-עלטסטער שטייט אין דער טיר פון באראק 2, ער רופט אריין קיווען און פארבלייבט מיט אים דארט א שטיקל צייט. אלע זיינען זיכער אז ער גיט אים דארט איבער וועגן צוגעגרייטן אויפשטאנד. וואס טוט מען דא? ווי האנדלט מען אין אזא פאל? עס קומט צו אונדז אין ווערקשטעל שטארק אויפגערעגט צולויפן דער קאמיטעט-מיטגליד זאלצבערג. ער איז ביי דער מיינונג אז מען מוז קיווען שוין אוועקלייגן ווייל עס קען זיין צו שפעט. אזא עווענטואליטעט איז אין פלאן נישט געווען פארגעזען. אומגעריכט אים איבערפאלן וועט שוין נישט גיין און קיין געווער האבן מיר נישט. עס לויפט דעריבער איינער אוועק אויפן פלאץ ווו דאס געווער איז שוין פארטיילט. קיווע פארלאזט דערווייל דעם באראק און ווענדעט זיך אין דער ריכטונג פון מאטעריאלן-מאגאזין, וועלכער האט זיך געפונען אינעם געטא אויפן אנטרעטן-פלאץ. איך האב נישט באמערקט אז קיווע, ארויסגייענדיק פון באראק, זאל האבן פארגענומען וועלכע ס‘איז פארזיכטס-שריט. איך האב נישט געזען ער זאל האלטן דעם רעוואלווער אין האנט. ער האט זיך אויך נישט ארומגעקוקט, נאר געגאנגען דרייסט פארויס. עס קען זיין אז קובא האט אים וועגן אויפשטאנד נישט איבערגעגעבן און אפשר האט קיווע נישט געגלויבט אז יידן זאלן זייו פעיק
דערויף. גענוג. אזוי ווי ער גייט אין דער ריכטונג פון מאגאזין, קומט אן פון פלאץ וואלאוואנטשיק, גאנץ ווארשיינלעך שוין פארזען מיט א מאשינביקס און עס דערהערן זיך שוין עטלעכע שאסן, איינער נאך דעם אנדערן.
וואלאוואנטשיק איז א באקאנטע פיגור אין דער ווארשעווער אונטערוועלט. א בלאנדער יונג, אין עלטער פון א יאר 20, הויך און דאר, שטארק באוועגלעך און אויסגעהאלטן אויף קלעפ. איך האב אמאל געזען ווי ליאלקע האט זיך צו אים גענומען. ער הויבט אים אן, ווי זיין שטייגער, צו באקסן. יענער דרייט זיך אבער אזוי, אז עס קען אים קיין קלאפ נישט טרעפן. ליאלקע ווערט שטארק אויפגערעגט, כאפט אים אן פאר די קלאפעס און מיטן גאנצן כוח וויל ער אים דערלאנגען איבערן קאפ. יענער גיט זיך א ווארף אויף דער ערד. ליאלקע, פארפעלנדיק דעם קלאפ, ציט זיך אויס אין דער גאנצער לענג. ער ווערט דאן אזוי אין כעס, אז ער כאפט שטיינער פון ברוק און ווארפט אין אים, ווארפט אים אויף דער ערד, קאפעט אים און האקט אים ווי אין קרויט. איך קוק מיר צו צו דער סצענע פון דאך אראפ און בין זיכער, אז ער האט אים שוין אוועקגעהרגעט. ווי? וואלאוואנטשיק שטעלט זיך אויף, שאקלט זיך אפ און גייט צו זיין ארבעט, ווי קיינמאל גארנישט.
די ערשטע שאסן וואס זיינען געפאלן אויפן אנטרעטן-פלאץ זיינען געווען ווי דער סיגנאל צום אנהויב.
באלד דערויף דערהערט זיך א געוואלדיק קאנאנאדע און אויפרייסן פון גרויסן פלאץ. דער גאנצער שטח ארום די דייטשישע באראקן, דעם פראוויאנט-מאגאזין און בעקעריי, אין
דערמיט פון וועלכער עס האט זיך געפונען די שאפע מיט די בענזין און ראפע-פעסער, ווערט ארומגעכאפט פון ריזיקן פייער וועלכער דערגרייכט און בלאקירט אונדזער טויער. דער גאנצער פלאן איז איבערגעשטראכן. די מענטשן אין הויף, וועלכע ציילן ביז א 300 מאן, ווערן ארומגעכאפט פון א פאניק. עס זיינען נישטא קיין פינפטלעך און קיין פירער, יעדער שטרעבט נאר פאר יעדן פרייז זיך פון בלאקירטן הויף ארויסצוקריגן. עס זאמלט זיך אן א גרויסער עולם אין דעם טישלער און שלאסער-ווערקשטעל, ס‘ווערן ארויסגעריסן די קראטן פון די פענצטער, דורך וועלכע מיר שפרינגען ארויס. מיט צוואנגען און העק ווערן צעשניטן די געטא-פארצוימונג און אויך די פארצוימונגען אין ווייטערע פלעצער. די גרויסע געדיכט-צוזאמענגעפאקטע מאסע לויפט אין דער ריכטונג פון לאגער 2, אין וועלכן מיר קומען אריין דורך עפעס א קליינער פארטקע. דארט, אינעם צווייטן לאגער, פלאקערט אלץ. ס‘איז נישטא קיין צייט אויף ארומצוקוקן זיך. אויף איינס גיב איך נאר אכטונג: אין דער מאסע זיך מיט מיין ברודער נישט צו פארלירן. איך זע ווי מענטשן שפרינגען דורך דעם פייער צו אן עפענונג אינעם צוים. מיר, ד.ה. איך מיט זיגמונטן מאכן אויך אדורך דעם וועג און געפינען זיך אויף א פרייען שטח. מיר דארפן נאך איבערקומען איין שטערונג - די זאשעקעס. מיר לויפן ווייטער
מיט דער גאנצער מאסע. אין א געוויסן ארט זיינען די פארפלאנטערטע דראטן צווישן די זאשעקעס שוין אזוי צעטראטן, אז מיר דראפען זיך דורך זיי דורך אויף א גרעסערער שטערונג. פון גאנץ ווייט באמערק איך אן אוקראינער וועלכער שיסט אין דער לויפנדיקער לאווינע. עס פאלט מאניעלע, א זייער פיינע און סאלידע פרוי, געווען אין טרעבלינקע צוזאמען מיט איר מאן חיים, איבערגערופן ”מאלפע“. חיים ”מאלפע“ לויפט ווייטער ברעכנדיק זיך די הענט און שרייענדיק: ”אוי, מאניעלע איז געהרגעט!“ אדורכלויפנדיק כמעט דעם גאנצן ערשטן און צווייטן לאגער, האבן מיר מער ווי אויף דעם איינעם אוקראינער נישט אנגעטראפן, נישט קיין דייטש און נישט קיין וואכמאן. זיי זיינען גאנץ ווארשיינלעך, מיטן אנהויב אקציע, אנטלאפן און זיך באהאלטן. ביידע לאגערן זיינען פאר די דייטשן און אוקראינער געווען ווי איין לאגער, געטיילט איז ער נאר געווען פאר אונדז. אין די לאגערן זיינען געווען אריבער 40 דייטשן און ארום 150 וואכמענער, פון וועלכע איין דריטל איז מיינסטנטייל געווען אויף אורלויב. נאר איינצלנע טעג זיינען אלע געווען צוזאמען. חוץ דעם איז ליאלקע גאנץ אפט אפוועזנד געווען צו עטלעכע טעג, צו דערליידיקן פארשיידענע פארוואלטונגס-אנגעלעגנהייטן. וואכמענער זיינען געווען ארום 150. דער טאג פון אויסברוך איז ספעציעל אויסגעקליבן געווארן אזעלכער, ווען א טייל דייטשן האבן זיך געפונען אויף אורלויב און ליאלקע, פאר וועלכן מיר האבן אמיינסטן מורא געהאט, אלס דרייסטן און געפערלעכסטן צווישן אלע, איז גראד געווען אוועקגעפארן.
ארויסגעקומען אין דרויסן, איז זיך די מאסע צעפאלן אין
קלענערע גרופעס און זיך צעלאפן אין פארשיידענע ריכטונגען. מיר לויפן אין א גרופע פון א 12 מאן אויף מזרח. מיר לויפן אזוי אנגעשטרענגנט מיט די לעצטע כוחות א לאנגע צייט. מיר שניידן אדורך א דארף, א באנליניע, פעלדער, זומפן, ביז שוין, נישט קענענדיק דעם אטעם אפכאפן, טרעפן מיר אן אויף א גראבן, פון ביידע זייטן געדיכט באוואקסן. מיר ציען זיך אין אים אויס און ווארטן אפ ביז עס וועט דער אוונט צופאלן. פון דער ווייטנס הערן זיך איינצלנע שאסן און א ווארטשען פון אויטא-מאטארן.